Re: וואס איז א גוטע נאמען פאר א ביזנעס
ביידע. איך וואוין אין מאנסי קען איך דיך געבן משלים פון מאנסי, אלי'ס בעגלס, חזקי'ס שיך, מאטי'ס סופערמארקעט, mimi's linen. די אלע זענען אלטע געשעפטן, מש"כ ביי נייערע געשעפטן וואס זענען אינעם זעלבן פעלד וועסטו עס כמעט נישט טרעפןShachmel האט געשריבן: ↑ זונטאג יוני 11, 2023 2:49 pmדיין כלל איז אויך לגבי די ערשטע נאמען אדער נאר לגבי לעצטע?הייסע גרעיפ דזשוס האט געשריבן: ↑ פרייטאג יוני 09, 2023 5:46 pmאיך מיין אז עס האט עס בכלל נישט צו טוהן מיט קיין בעקערייען אדער שטריימל געשעפטן, נאר עס האט צו טוהן ווי אלט עס איז. אמאל האט מען נישט געמאכט קיין מצב פון די נאמען וויאזוי די געשעפט זאל הייסן, ס'נישט אז די מארקעטער'ס האבן באשלאסן אז דא גייט זיין בעסער אז מען רופט עס אויף יענעמס לעצטע נאמען. נאר ס'איז געגאנגען אז חאצקל גרינבוים האט געעפנט א בעקעריי האט מען עס גערופן גרינבוים'ס בעקערי, אז גרונם שווארץ האט געעפנט א שטריימל געשעפט האט מען עס גערופן שווארץ'ס שטריימלעך, און אז די געשעפטן שטייען נאך היינט איז עס געבליבן מיט די זעלבע נאמען. קוק די שטריימל געשעפטן\בעקערייען וואס האבן זיך געעפנט אין די לעצטערע יארן ווי טעם עדן אין מאנסי, גאלד שטריימל וכ"ו האבן שוין געהעריגע נעמען.
אז דו וועסט קוקן וועסטו כאפן אז אלע געשעפטן, בעקערייען, גראסערי'ס וואס זייערע נעמען באשטייט פון א לעצטע נאמען, וועלן כמעט אלע זיין פון עלטערע געשעפטן.
יעדע זאך דארף זיך געפונען אין זיין ריכטיגע טעמפעראטור ארויסצוברענגען זיין עכטע אייגנארטיגע טעם...