Rhino Security Deposit Insurance
לעצטנס בין איך געוואויר געווארן פון Rhino.
ווען א טענענט מופט אריין אין א נייע הויז, צאלט דער טענענט געווענליך א סעקיורעטי דעפאזיט פאר'ן לענדלארד, און אויב דער טענענט צאלט נישט אדער אויב ס'איז דא דעמעדזשעס וכדומה קען דער לענדלארד אראפרעכענען פון די דעפאזיט ווען דער טענענט גייט ארויס וכו'.
איז געקומען ריינאו מיט א געדאנק, אז אנשטאט וואס דער טענענט זאל צאלן א סעקיורעטי דעפאזיט פאר'ן לענדלארד, צאלט די טענענט פאר ריינאו, און זיי געבן קאוורעדזש אז אויב למשל צאלט נישט דער טענענט קען דער לענדלארד קלעימען די אינשורנס און באקומען די רענט פון די אינשורנס קאמפעני.
פונקטליך וויפיל חדשים ריינאו דעקט ווענדט זיך וויפיל מ'האט געצאלט אין אנהויב.
כ’ווייס אז לעצטנס זענען דא פראפערטי מענדזשערס וועלכע שטופן דעם לענדלארד אז מ'זאל מאכן די אינשורנס אנשטאט נעמען די סעקיורעטי דעפאזיט.
https://support.sayrhino.com/hc/en-us
בהשקפה ראשונה האב איך נישט געהעריג פארשטאנען דעם געדאנק פארוואס ס'זאל זיך לוינען פאר'ן לענדלארד צו מאכן די אינשורנס; ווייל אין פאל וואס א טענענט צאלט נישט דארף מען ממילא זען צו קעיר נעמען פונעם טענענט, ווייל קיינער איז נישט פאראינטערסירט צו האנדלען מיט טענענטס וואס צאלן נישט. אבער אפשר קען זיך עס יא לוינען לגבי די נקודה וויבאלד עוויקשאן נעמט א וויילע און כאטש באקומט מען די רענט אין די צייט פונעם עוויקשן פראסעס.
כ’בין נייגעריג אויב איינער האט עני עקספיריענס און וואס ס'זענען די מעלות און חסרונות פאר'ן לענדלארד ווען מ'מאכט די אינשורנס און דער לענדלארד באקומט נישט די סעקיורעטי דעפאזיט.
איז עס טאקע ווירקזאם? צאלן זיי טאקע איינמאל דער טענענט באשלוסט אז ער איז פשוט נישט אין די גוסטע צו באצאלן רענט? ווילאנג געדויערט ביז מ'באקומט דעם פעימענט? לוינט זיך טאקע צו מאכן די אינשורנס אנשטאט נעמען א סעקיורעטי דעפאזיט וואס קען אמאל זיין א פעט ביינדל?