ווער וועט זיין ביי די סעודה'ניו?

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

איזאק

לאמיר זיך נעמען צו יעדע טרעפל באזונדער.

דאס,
אז די רוב "אידישע פאלקס-לידער" איז נישט זיין אייגנטום, איז פארשטענדליך, ווי אויבן געברענגט.

דאס,
אז די רוב נסחאות פון יאסעלע איז נישט זיין אייגן קאמפאזישאן, שטעלט זיך אויך אויף'ן שכל.

יעצט, (לאגיק)
פארוואס זאל דיר איינפאלן אז די איינע חזן וואס יאסעלע האט בא'גנב'ט איז געווען דוד רויטמאן?!
ווייל נאר זיינס האט מען געכאפט?

פארוואס זאל זיך נישט לייגן אויף'ן געדאנק אז "ווער ווייסט פון וועם נאך ער האט אלס נאכגעזינגען"?!


דער תירוץ.
אלא מאי, ער האט מעגליך יא נאכגעזינגען אנדערע אויף זיין אייגן נאמען, נאר כ'טאר אים נישט פארשעמען ווען כ'ווייס נישט צו ס'איז אקוראט אמת. אבער ווען אידן פון דער ווייטער אמאל קאנפרימען עס, איז עס זייער פארשטענדליך. (כאטש אפשר ווייטוגליך פאר מאנכע חסידים)
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

סאלאדס.

דאס אז רוב אידישע איז נישט זיינס, דאס קען זיין, איך האב נישט אנונג, עס קען זיין אז עס געווארן א פאלקס ניגון ווייל יאסעלע איז געווען זייער פאפולער אינדערהיים, ממילא איז עס געווארן פאלקס ניגונים, א פאלקס ניגון דארף דאך אויך איינער קאמפאזען, נו ווער האט עס קאמפאזט ?

דאס אז רוב נוסחאות איז נישט זיינס שטעלט זיך אויפן שכל ? סאו מגייט דא אויף השערות אדער פאקטן ?

אבער מיין עיקר פוינט איז אויף זיינע געהעריגע ניגונים אויף וואס דו שרייבסט אז עס איז נישט זיינס למחצה ולשליש ולרביע, וואס אויף דעם איז נישטא קיין שום באווייז, דאס אז איין ניגון פון הונדערטער איז נישט געווען זיינס לייגט נאך נישט ארויף קיין נאסע שמאטע אויף אלע זיינע שטיקלעך.

המוציא מחבירו עליו הראיה, מדארף גיין מיט פאקטן.

גיב מיר ביטע דעם חזן פון וועם ער האט געגאנבעט אנת הוא דשליט, את צמח, רבי ישמעאל אומר, ראש חודש בענטשן, רחם נא, אלקי נשמה, עקביא בן מהללאל, הנני העני, והוא רחום, אא"וו.

ווילאנג דאס איז נישט דא איז עס אין זיין חזקה, וואס עלטערע אידן האבן געשמועסט און געוואוסט "קלאר" תרצ"ז אין נירעדהאז, האט ביי מיר די זעלבע האפט ווי זאכן וואס מען ווייסט "קלאר" (אן פאקטן) תשס"ח אין מאנסי.
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

איזאק

ס'איז אייער רעכט זיך צו האלטן ביי אייערע ביז איצטיגע מיינונגען. מיר רעספעקטירן אייערע רעכטן...
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

און מיר רעספעקטירן אייערע...
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

Salads שרייבט דא געוואלדיג געוואלדיג, זאכליך און אויסגעהאלטן, אסאך תוכן.
שלא נבוש
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2015 10:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלא נבוש »

איך וויל געבן פאר איינעם צו הערן די ניגון, אויף וועליכע טעיפ/CD ווערט עס געזינגען? איך גלייב אז גאר אסאך
רשת
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 12, 2021 5:10 pm

Re: ווער וועט זיין ביי די סעודה'ניו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רשת »

קען איינער ארויף לייגן די ניגון?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ווער וועט זיין ביי די סעודה'ניו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איך האב אלץ געמיינט אז דער ניגון איז יאסעלע'ס. זע איך דא א יש אומרים אז ס'איז שוין אן אלטער.

אגב, יאסעלע זינגט אביסל אנדערש ווי באקאנט היינט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ווער וועט זיין ביי די סעודה'ניו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ווער וועט זיין ביי די סעודה'ניו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דא איז דער נוסח ווי יאסעלע זינגט דעם ניגון:

זאָג זשע רביניו,
וואָס וועט זיין אַז משיח וועט קומען?
אַז משיח וועט קומען,
וועלן מיר מאַכן אַ סעודהניו.

וואָס וועלן מיר עסן אויף דער סעודהניו?
שור-הבר מיטן לויתן (2)
שור-הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן
אויף דער סעודהניו.

וואָס וועלן מיר טרינקען אויף דער סעודהניו?
יין המשומר (2)
יין המשומר וועלן מיר טרינקען
שור-הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן
אויף דער סעודהניו.

ווער וועט אונדז בענטשן אויף דער סעודהניו?
אהרן הכהן (2)
אהרן הכהן וועט אונדז בענטשן
יין המשומר וועלן מיר טרינקען
שור-הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן
אויף דער סעודהניו.

ווער וועט אונדז תורה לערנען אויף דער סעודהניו?
משה רבינו (2)
משה רבינו וועט אונדז תורה לערנען
אהרן הכהן וועט אונדז בענטשן
יין המשומר וועלן מיר טרינקען
שור-הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן
אויף דער סעודהניו.

ווער וועט אונדז שפילן אויף דער סעודנהיו?
דוד המלך (2)
דוד המלך וועט אונדז שפילן
משה רבינו וועט אונדז תורה לערנען
אהרן הכהן וועט אונדז בענטשן
יין המשומר וועלן מיר טרינקען
שור-הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן
אויף דער סעודהניו.

ווער וועט אונדז חכמה זאָגן אויף דער סעודהניו?
שלמה המלך (2)
שלמה המלך וועט חכמה זאָגן
דוד המלך וועט אונדז שפילן
משה רבינו וועט אונדז תורה לערנען
אהרן הכהן וועט אונדז בענטשן
יין המשומר וועלן מיר טרינקען
שור-הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן
אויף דער סעודהניו.

ווער וועט טאַנצן אויף דער סעודהניו?
מרים הנביאה (2)
מרים הנביאה וועט אונדז טאַנצן
שלמה המלך וועט חכמה זאָגן
דוד המלך וועט אונדז שפילן
משה רבינו וועט אונדז תורה לערנען
אהרן הכהן וועט אונדז בענטשן
יין המשומר וועלן מיר טרינקען
שור-הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן
אויף דער סעודהניו.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
א גוט געבענטשט יאר
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 16, 2021 5:04 pm
לאקאציע:במקום שמחשבתו של אדם שם הוא נמצא

Re: ווער וועט זיין ביי די סעודה'ניו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט געבענטשט יאר »

איינער האט אדער ווייסט אפשר ווי איך קען באקומען דעם לידל פראפעציאנאל אראפגעזינגען?
א גוט געבענטשט שעפעריש געזונט פריילעך יאר
מיט ברכה הצלחה און שפע רב
בגשמיות וברוחניות מיט בהרחבת הדעת און נחת א סך
שנה טובה ומבורכת
שרייב תגובה

צוריק צו “חזנות ווינקל”