הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14681
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

סיז מסודר האט געשריבן: שטא קיין למה נגרע, מקענאך געהעריג געבן

https://www.charidy.com/cmp/ivelt/SM

איך האב שוין געגעבן. מען דארף ציהען די וואס האבן נאכנישט געגעבן צו געבן

https://www.charidy.com/cmp/ivelt/SM
אוועטאר
טשערנאוויץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 26, 2021 7:49 pm
לאקאציע: [email protected]

Re: הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשערנאוויץ »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: מיטוואך יוני 23, 2021 10:55 am
פארוואס? פארווען? כ'מיין, פארוואס פונקט יעצט? וואס האט פאסירט? פארוואס האטער זיך יעצט דערמאנט? יעדער קען די טיפיקל פראגע, איא? אבער דאס מאל איזעס עפעס אנדערש... עפעס מער מוז פארקומען...

שוין לאנגע יארן וואס דער וויכטיג מאכער האט געלייגט עפעס מאדנע אומפארשטענדליכע ווערטער ביי זיין אונטערשריפט, און נישט סתם אן אונטערשריפט ביי אפאר תגובות, נאר ביי עטליכע צוואנציג טויזענט תגובות זעהט מען דעם זעלבן מאדנעם אונטערשריפט...

באמת זענען די ווערטער פאר זיך נישט אזוי מאדנע... כ'מיין, ס"ה איזעס א מעלדונג אז דער עולם זאל זיך מאכן גרייט ווייל ס'גייט פארקומען עפעס א מעמד מטהר צו זיין די מחנה... דאס איז אבער אלעס ווען אזא מעמד וואלט ווען ערגעץ איינמאל פארגעקומען... אבער היות אזא מעמד איז קיינמאל געווען, איז צוריק שווער די באדייט פון די מאדנע אונטערשריפט...

אלעס אבער האצעך געטוישט, אזוי גייטעס, זאכן טוישן זיך... מענטשן ווערן עלטער, און ס'פאסירט... זאכן טוישן זיך!

נאך א שיינע פאר יאר ווארטן, האט וויכטיג מאכער באשלאסן ארויסצוגיבן דעם סוד, ער גייט דערציילן סודות פון הונטער די קאליסן, דער עולם גייט געוואור ווערן דעם באדייט פון די מאדנע ווערטער...

סיז שוין דא אן אלטער מנהג דא אויפן וועלטל, אז י"ז בתמוז קומט פאר א גרויסער צוזאמקום , נאך אין די בראשית יארן האט אונזער אומפארגעסליכער יגר'ל אנאונסירט א "מאסן פיקעטינג" אויף שבעה עשר בתמוז... ספעציעל היי יאר, ס'איז זינטאג, דער עולם פאסט... מ'זוכט וואס צו טוהן...

אי"ה היי יאר גייט מען אויפפרישן דעם אלטן מנהג, און אי"ה שבעה עשר בתמוז גייט פארקומען א מעמד נורא דא אויף אייוועלט, נאכניש קלאר צו ס'גייט פארקומען אין די נייעס פארום אדער אין היימישע קרעטשמע, צו גאר א באזונדערע פארום... אבער ערגעץ דא אויפן וועלטל וועלן זיך צאמקומען לכה"פ 500 ניקס, און דאן וועט מען אי"ה דערציילן דעם גרויסן סוד...

פארוואס? פארווען? כ'מיין, פארוואס פונקט יעצט? וואס האט פאסירט? פארוואס האטער זיך יעצט דערמאנט? יעדער קען די טיפיקל פראגע, איא? אבער דאס מאל איזעס עפעס אנדערש... עפעס מער גייט פארקומען...

פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגן...
נו אפשר פרישט מען אויף די אלטע מנהג ?
קרעדיט פאר מיין אוועטאר
the twin towers
viewtopic.php?p=4361654#p4361654
שרייב תגובה

צוריק צו “תחיית המתים קאמפיין”