נאטורליך: נאטיצן פון מיין טאג בוך אין מיין קאנטרי/זארעכפעפער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

דולה ומשקה
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 11, 2006 9:44 pm

נאטורליך: נאטיצן פון מיין טאג בוך אין מיין קאנטרי/זארעכפעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דולה ומשקה »

שוין זעקס יאר חתונה געהאט צום גיטען, דריי קליינע שעפעלעך, גאנץ א כמעשה דירה'לע דא אין וויליאמסבורג, קוים אדורך דעם פסח בשעטו"צ, איך זיץ אין דער ארבייט איבער א געהויפען פאפירען און די רבנית הצדיקת איז ווידער אויפען טעלעפון איך זאל היינט אהיים קומען ווי פריער זי וויל עפעס אדורך-שמועסען. עס ווערט מיר טונקעל אין די אויגען, נישט מער און נישט ווייניגער איך האב איר צוגעזאגט אוועק צוטראגען די פסח געשיר א טאג נאך פסח זיכער ווארט מיר אפ א שבע ברכות אינדערהיים, איך קום אהיים אביסעל פריער גרייט צו מקבל פסק זיין, אבערוואז די טעמע זעהט אויס צו זיין גאר געשפאנט, עפעס איז זי אנגעצויגען, זי מאכט נישט קיין לאנגע הקדמות נאר זאגט מיר ברחל בתך דאס יאר זאל איך נישט קרימען מיט די נאז ווייל היי יאר גייט מען אין קאנטרי און טאקע אויף א גאנץ זימער, די זעהסט דאך מיר פעהלט דאס אין אמת'ן אריין נישט אזוי אויס אבער די קינדער, ווי קען מען זיי לאזען דא אין די היצען אליין אין די שטאט?
וויפיל איך האב פרובירט צו טעהנ'ן און איינבעטען, כ'האב שווער צו צאהלען דעם רענט צייטליך, ס'איז מיר נישט אנגענעם צו פארען און קומען, ס'איז מיר נישט באטעמ'ט צו זיין אנוועזענד פון דער פאמיליע 5 טאג א וואך, איך האב נישט ליעב צו דרייווען, פשוט איך האב נישט דערפון קיין פארגענוגען, עס העלפט נישט קיין געוויין און געבעט. דער טעלעפון צוקלינגט זיך און מיינע אויערען כאפען נאר אויף "נו גיט סיז געבליבען מיר וועלען נעמען דריי באנגעלויס די אין איך און גיטל... און שוין....מיט יאנקעל איז אלעס ארלעדיגט.
זייט יענעם טאג דארף איך מער נישט אוועק פאקען די פסח'יגע געשיר, מען רעדט שוין אויך נישט אין שטיב פון גיין מאכען בילדער מיט די קינדער אלעס דרייט זיך ארום די קאנטרי,הימעל און ערד און די קאנטרי. גענוי ווי אלץ קינד אין דע צייט זענען מיר געווען פארנומען וואכען און חדשים איינצוטייילען בעטען מען האט זיך געקריגט און געגאנגען צום רבי'ן ער זאל מאכען שלום, ווער שלאפט ביים ווינדוי ווער שלאפט לעבען טיהר, מען האט זיך געקאלט ביינאכט איינער דעם צווייטען טרי וועי די האלבע חדר, אזא אטמאספער הערשט יעצט ביי אונז אין שטוב, סוי איך וועל זיין באנגעלוי 9 און די קענסט נעמען 10, נייו נישט גיט באנגעלוי 10 האט נישט א בוים. אזוי זענען אנגעאנגען די שמועסען א יעדע נאכט דעם טשעק פון צוויי מיט א האלב טויזענט דאללאר דעפאזיט האט שוין דער קאנטרי אייגענטומער לאנג געקעשט און מיר האבען נאך אפילו נישט געזעהן די באנגעלוי איך ווייס ניטאמאל אויף וועלכען עקזיט אויפען 17 אזויפיל ווייס איך אז די קומענדיגע וואך זינטאג גיי איך נישט אריין אין ארבייט ווייל עס גייט זיין א באשוי צווישען אונז מיט די באנגעלוי/'יס דערנאך וועלען מיר זעהן צו מיר האבען געמאכט א גיטען אויסוואל מיט'ן נעמען באנגעלוי 18 וואס איז טאקע קליין אבער עס איז ממש לעבען מיסיס יענטא בויבעריק וואס איז א גיטע אינעטרטעינערע'ן מיט איר קען מען לאכען ביזען האלבען נאכט אריין, אויך איז עס אראונד דעי קארנער פון די גראסערי.
*
מיר פארען ארויס זונטאג דריי וואכען נאך פסח צו באקיקען דעם קאנטרי, איך האב עפעס געפילט א שטייגער ווי מיין שוואגער דער משגיח וואס פארט קיין טשיקאגוי אין די פרעצעל פעקטארי. אויף מיר און די רבנית האבען א האלב מנין פרויען ארויף געלייגט די שווערע אויפגאבען צו זיין א מבין אויף די באנגעלוי, און נישט סתם א מבין נאר איעדע'ס פארפאלק וואס וויל קומען אין דער קאנטרי האט געקאלט און געגעבען א גאנצער טוץ מיט פארלאנגען וואס מען זאל באקוקען ביי זיי באנגעלוי. איין בת של קדושים האט געשיקט צו מיר אהיים סם פאר מייז, מיר זאלען עס אויסלייגען אין איר צוקונטפדיגע באנגעלוי אז טאמער עס וועט זיך מערצעשעם אויסארבייטען די באנגעלוי וויל זי וויסען אז עס איז ריין פון מייז. אזא אחריות. א צווייטע האט נאר געוואלט וויסען אויב עס איז דא א טעלעפון דזשעק אין נומער 13. א דריטע האט געקאלט מוצאי שבת אים 1:00 אזייגער, האלוי מיסטער... אנטשולדיגט פאר'ן באדערען אזוי שפעט, איך האף איך האב קיינעם נישט אויפגעוועקט. טוען זע מיר א גרויסע טובה און שמעקט באנגעלוי 11 איך בין זייער עמפינדלעך צו א שלעכטע גערוך וואס טייל באנגעלויס האבען, נו גיט איר עט נישט פארגעסען. איך האב זיך דערמאנט די ווערטער וואב מען האט געשריגען פאר א חודש פריער צו פעטער מנחם מאניש אין קבר פארגעס דער נישט דיין נאמען.
א גאנצען וועג דעבאטירט מען אויפען טעלעפון אז אויב ח"ו עס וועט זיך ארויס שטעלען אז נומער 18 איז גאר א קליינע באנגעלוי דעמאלס מיז מען יא צוריק טוישען צו נומער 9 העכסטענ'ס וועלען מיר זיין דערנעבען די יאנטשי מרס פישערהויפער.
אהיים קומענדיג פון דעם ערשטען באזיך זענען מיר געווען מער צומישט ווי קומענדיג. איך האב געוואלט מאכען א סטאפ ביים דיין אפשר וועט ער קענען ארויס העלפען אינעם ענין וואס זאל איך טוען עס איז שוין געווען האלב נאך 12 אזייגער אויף דערנאכט. אזויפיל האב איך געוויסט אז ערגעץ צווישען די גרויסע אומגעשניטענע גראז דריי מיט א האלב מייל אריין פונעם 17 האב איך אנגעזייעט 2,500 טויזענט דוללאר אויפען חשבון אז די קינדער גייען דארט האבען אזא לעבען אז א גאנץ יאר וועט מען זיין אויגערוהט דערפון.

ביז א טאג צוויי האב איך געהערט די גיטע בשורה אז אלעס איז ב"ה אויסגעגליכען, מיר האבען ב"ה באקומען די בעסטע באנגעלוי דערפאר וואס מיר זענען ארויס געגאנגען ווי די מרגלים צו זעהן וויפיל ביימער עס זענענן פארהאן ביי איעדער באנגעלוי און ווי ווייט איז אפגעריקט איינע פון די אנדערע אא"ו.

דיע וועס האט געשיקט סם פאר די מייז האט שוין 4 מאל געקאלט און נאר געוואלט וויסען אויב מיר האבען געגאסען אויך אונטער די פריזשדער.

געמיינט האב איך אז איך קען פריי אפאטעמען כאטש ביז נאך שבועות, א בוידעם. קוים וואס איך בין אהיים געקומען עש"ק האט זיך עס אנגעהויבען, הרבנית תליט"א געט מיר א ליסט פון דאהי ביז קאנארסי וואס מען דארף אלץ האבען (איינקויפען) פאר די קאנטרי, וואס א שורה אראפצוה ווער איך מער בלייך, איך וועל אייך נאר פארלייענען שורה נומער 12 איז נייע פידזאמעס פאר אלע קינדער, וואס איז שלעכט מיט די איצטיגע? עםם עס איז נישט ארויסצוגיין דערמיט, אבער ווער זעהט דאס דען? עעעם די קינדער גייען דאך ארויס אויפען פארטש א שכן קען נאך זעהן, נו וואס פארשטייט א מאן צו די זאכען? שורה נומער 23 איז א 4 ראלל'ס קאנטעק פעפער, א שערל מיט טאם טעקס, 55 איז א נייע קעמארע אין אזוי ווייטער מען האט געקויפט שמעקערס פאר די באנגעלוי, פליגען כאפערס, אייז שטעקעלעך, 2 נייע בייקס, כל ערליי שווים זאכען. שרייבענדיג די שורות קויפט מען נאך אלץ.

וואס א וואך נענטער צו דעם יום הגדול וואס רופט זיך "מע פארט שוין" איז געווארען מער אנגעצויגען דער מצב אין שטוב, מען האט אנגעהויבען קויפען סאפערס זייער אפט, די קרעדיט קארד סטעיטמענט'ס האבען געהאט אלע נעמען פון די באקאנטע היימישע סטאר'ס אויף ליע עוועניא, איעדער נאכט האט מען זיך געדינגען וויפיל גויטע'ס זאלען גיין קלינען די באנגעלוי, א טייל גיטע פריינט האבען געזאגט אז לכה"פ צוויי גויטע'ס אזוי וועט מען קענען אין אין טאג אויפרוימען די גרויסע באנגעלוי און אנגקומען צו א פרישע שמעקעדיגע באנגעלוי. לאנג זאל לעבען איין גיטע פריינד, זי האט ענדגילטיג געפסקנ'ט אז איין גויטע איז גענוג בשעת הדחק און אזוי איז געבליבען, זונטאג שלח האב איך צום צווייטען מאל גענומען א טאג אףף פון דער ארבייט איין געפאקט אלע כלי קודש וואס מען ניצט ערב פסח, אויגעפיקט די גויטע פון איר הויז אין גרין-פוינט, קאלאמוטנע אויפען הארץ זענען מיר ווידער אויפען וועג ארויס ווען דער גאנצער קאר איבעלט פון די גערויך וואס הייסט קלינינג לעדי, יא איידער איך פארגעס, מען מיז איר געבען פרישטאג, לאנטש און סאפער, א שעה לאנטש. דאס איז א שפיל פון הינדערט און פיפציג דאללאר און מזומנים.
אויפגעקלינט, אויסגעשטויבט, ארויסגעווארפען די חפצים, די פאריעריגע האבען איבער געלאזט א הויפען שמאטעס, געגעסען געטרינקען, זיך ארום געקוקט אויף דעם קליינעם נעבאכדיגע כאטקע וואס מיין סוכה אין שטאט איז גרעסער פון אים אבער וואס טוט מען נישט פאר די קינדער.
*
א גאנצער וועג אהיים האט מען פלאנירט, געטראכט הויעך, געשריבען נאטיצען. קודם דארף מען צוריק טראגען די שאויער קוירטענ'ס עס מעטשט נישט מיט'ן ביה"כ, אויך דארף מען א נייעם לאמפ אין שלאף צימער, א בעסערען מאטראץ וכו', א קליינעם פירהאנג פאר די שויבען. לכה"פ נאך פינעף שמעקער'ס. און נאך אפאר שאר ירקות. נאכען דזשארש וואשינגטען ברידזש האט שוין די ליסטע געהאט קנאפע 16 נייע "קלייניקייטען" , ווי למשל עס לוינט זיך צו אינוועסטירען אין א גיטען וואש מאשין אויך א דרייער מען קויפט עס איינמאל און מען האט עס ביז משיח קומט און דאס איז אלעס אויסער די עכטע קלייניקייטען ווי למשל נייע ביליגע טעפ נאר פאר זימער נאר פאר פליישיג נאר פאר שלוש סעודות. אויך מיז מען האבען זימערדיגע טישטיכער "ענד די ליסט גויעס אן ענד אן".

עס טוט זיך עס לעבט זיך, די קינדער שפירען די מאמע איז אויפגעלייגט. מען גייט איעדע נאכט שלאפען אין צוואנציג אזייגער. דאס הויז איז פיל מיט באקסעס קליינע מיט גרויסע. אלעס פארט אויף רעדער, מיט א גרויסען שהחיינו קלייבט מען זיך צו גיין אין קאנטרי פון היינט איבער אכט טאג. איי עס איז נאך דא א גאנצער וואך? ווי קען מען שוין איינפאקען די געשיר, די שלאף זאכען? די שב"ק זאכען? נו סעט שוין גיט זיין אזוי די קומענדיגע טעג אבי מען זאל גארנישט פארגעסען דא.

דאס הארץ צאפעלט. עס ווערט נענטער צום יום הגדול, איך דערמאן זיך אין די האני-מאאן ווען מיר זענען געפארען קיין לאנדאן צום זיידען עס איז געווען דאס ערשטע מאל אויף א פליגער. מען האט געפלאנט ענדלאזע נעכט. גענוי אזוי פיהלען מיר אין די טעג. הייטער און האפענדיג אויף די מינוט ווען מיר וועלען זוכה זיין צו זיצען אינטערען באנגעלוי ביים עק וואלד אינטער דעם גערויש פון די קריקעט'ס אויף דעם גרויסען בענקעל וואס נאר אין די קאנטרי איז מותר אויף איר צו זיצען איש ואשתו אין רשות הרבים. א טייל זענען אפילו מקיל צו עסען אייז קריעם אזוי בפני כל עם ועדה. מיר האבען געקויפט איין גרויסע נאגיאד וואס מען קען אויסצוען אלל דע וועי און איינס א געהעריג צוזאם-לייג בענקעל. זי זאגט אז שבת וועל איך קענען נעמען דאס גרויסע. א שיינעם דאנק פון פאראויס.

א רחמנות אויף אונזער ווען דרייווער מען האט אים שוין באשטעלט פאר דריי וואכען צוריק אבער מען קאלט אים יעדע צוויי טאג צו מאכען זיכער אז ער האט נישט פארגעסען אונזער אדרעסס און קיינער כאפט אים חלילה נישט צו, און אז ער זאל זיין פאר'ן הויז אים דאנערשטאג קרח דריי אזייגער נאכמיטאג פונקטליך. וואס עפעס אזוי פרי? פארוואס נישט? ווען דען זאל מען פארען? זעקס אזייגער אין טראפיק? אנקומען מיעד? עסט אהיים קומען איינמאל אביסעלע פריער אין זאל זיך עס אנהייבען מיטען רעכטען פיס.
אלע פעקלעך זענען שוין גרייט 9 אזייגער צופרי די קינדער גייען היינט לעבעדיג אין חדר ווייל מע פארט היינט אין קאנטרי, משה'לע קומט אהיים פארציילענדיג אז נאר 15 אינגלעך פון די גאנצע חדר בלייבען אין שטאט, נעבעך, די איבעריג 10 גייען יא ב"ה אין קאנטרי זענען מיר נישט לאקי?

דער דרייווער ווערט נערוועז האלב פון די פעקלעך זענען נישט פארמאכט ווייל טאמער מען האט עפעס פארגעסען אין די לעצטע מוניט, ער ווינדערט זיך פארוואס מען דארף מיטשלעפען אלע 3 עיר קאנדישע'ן האט איר דען דריי צימערען אין דע קאנטרי? דער ווען דרייווער שטעלט אלע פראגעס וואס ליגט מיר אויפען צינג, זעהנדיג מיט וועם ער האט צוטוען איז ער געגאנגען אנפילען מיט געז און געפרעגט מיט א ציניש שמייכעל, קען איך צוריקומען אין א שעה? גיט רופט מעך ווען איר זענט איינגעפאקט כעל צוריק קומען.

מיט א רחמנות'דיגע בליק אויף די אינטער געבליבענע אין שטאט זעצען מיר זיך אריין אין די קאר בשעה טובה ומוצלחת, איין מינוט, וואס איז? מען כאפט נאך אריין צו קאלען נאך אפאר גיטע פארבליבענע פריינד, זיך צו געזעגענען פאר מע פארט אוועק אויף אזוי ווייט, אלע געפעק איז אין דער ווען, נאך איין מוניט, איעדער זאל שוין ארויס גיין אין ביה"כ, אקעי יעצט קען מען פארען. מיר פארען ארויס אין דער זעלבע צייט ווי די פעקלעך, די קינדער אנגעטון חתונה'דיג איינגעפאקט סענדוויטש מיט דרינק'ס, געימ'ס און מוזיק טעיפס וואס מען האט ספעציעל געקויפט פאר די רייזע. עס איז נאך זיבען אין אווענט ווען איך דערזעה מיך אויפען 17 מיט נאך אנדערע לאקי קאנטרי רייזענדע. אהה זעהסט דאס איז דאך די גרינפעלד'ס פון דיין מאמע'ס בלאק ער איז א כולל אינגערמאן און זיי האבען נאר צוויי קינדער און גייען אויך אין קאנטרי, וואס האב איך דיר געזאגט מען קען נישט אנדערש.
די קליינע זינגען אין וויינען, נודזשען און טאנצען, שוין אויפגעגעסען אלע נאש מיט דרינק'ס. שלאפט דאס גאנצער געזינדעל ווי ביי די נסיעה קיין קאנאדא פאראיאר. שוין אפגעשטלעט צו כאפען א מנחה, גענומען געז און כזקן ורגיל געקויפט דארט עפעס ניסלעך מיט א קאפי. מיר זענען שוין אין קאנטרי.

נאכע'ן זיך אויס פאקען, איך האב אליין נישט געגלייבט וואסארא גרויס פארמעגען עס פיט אריין אין א 16 פעסענדזשער ווען, עס איז געווען פיל מיט באקסעס, עיר קאנדישען'ס, אלע שפיעלצייג און וואס נישט. דער ווען דרייוער האט מיט א זויער פנים אריין געטראגן די פאר בעג'ס דאכענעס און מיך מכבד געווען אריין צו שלעפען אלע באקסעס זאגענדיג ער גייט כאפען א ציגרעטעל, א שעה דערויף קומט ער צוריק פארציילענדיג אז ער איז געגאנגען כאפען א שווים מיט נאך אפאר זריזין מקדימין אינגעלייט. נישט וויסענדיג אז מען מיז אנצייכענען איעדען באקס וואס עס ליגט אינעווייניג, האט זיך ערשט אנגעהויבען א געזיכעניש די ערשטע האט מען פארשטייט זיך געדארפט די פידזשאמעס זאלען די קינדער גיין שלאפען, איי עס איז נאך נישט אזוי שפעט? זיי ווילען זיך אומקוקען. אבער וואס טיט מען נישט פאר די קינדער? די גאנצער קאנטרי איז נאר פאר זיי.
*
פון עש"ק 8:00 אינדערפרי, ביז 15 מינוט פאר'ן זמן ש"ק בין איך געווען 3 ביי וואל מארט, 1 מאל אין געז סטעשיאן, 2 מאל אין דער שכינות'דיגער קעמפ אין מקוה. דארט זאגען די מבינים איז די שויער'ס גאר געשמאק, צו דער זעלבע צייט האב איך זיך אנגעהערט אזויפיל לשון הרע'ס די והותר פאר א גאנץ זימער. פארשטייט איר אליין איך בין גארנישט מקבל. נאך אזאך בין איך געוואור געווארען דארט אין מקוה אז מיין שוואגער האט די לענגסטע בארד אין גאנץ וויליאמסבורג. אויך איז ער מיר מסביר זיינעדיג אין בור אז דער גאנצער טעם פארוואס ער שיקט די העמדער צום דריי קלינער'ס איז כדי ער זאל האבען א פאפען-דעקעל אויף ווי צו לייגען זיינע נאסע פיס אין מקוה.
6 מאל בין איך פרייטאג געגאנגען אין גראסערי, 1 מאל אין פיצא סטאר, 1 מאל אין פארמאסי,1 מאל אין בעקערי (30 מינוט געשטאנען אין דער לייען צו קויפען חלות) ווען נישט עס קומט דער שבת ביז אייניגע סעקונדעס בין איך נאכאמאל ביי וואל מארט קויפען א קראק-פאט וואס מען האט אויך פארגעסען אין שטאט. ליכט האט מען געבארגט פונעם שכן. די געז רענטש וועט האפענטליך ארבייטען קומענדיגע וואך, האט מען געטראגען דעם טשאלענט צי די שוועסטער וואס האט נאר פלאץ ביים עק פינעם בלעך ווייל די געז רענטש איז גאר קליין. אהה די קאנטרי איז א מחי'ה.

די שאוער דויערט פאר די רבנית הצדיקת א דריי פערטעל שעה צוליב די שוואכע פלוס פון וואסער און אויך ווערט עס קאלט איעדע 15 סעקונעדעס און גלייך דערנאך בריעדיג הייס און צוריק קאלט אן קיין שום ווארענונג. וואס וועט שוין זיין די קומענדיגע וואך ווען אלע קאנטרי איינוואוינער וועלען שוין זיין דא און דער באנוץ וועט זיין גרעסער? די וואך רעגענט אזוי, מיט אזעלכע רעגענעס מיין איך לוינט זיך ליבערשט צו וואשען אין די גאס.

מען דארף גיין אין שוהל די קינדער זענען נאך נישט צוריק אין באנגעלוי, עס רעגענט ווי קענען זיי יעצט זיין? עס איז האמיד, עס איז הייס, ס'גיסט אלעס איז מאראסטיג אלעס קלעבט, די קינדער גייען אין ווינטער שטיוועל עס איז אבער אלעס כדאי, מען קומט דאך נאר פאר זיי, איך קען אפילו נישט עסען דעם טועמי' אין פארטש ווייל עס רעגענט אריין פון אלע זייטען אין איך האב עס מורא צו זאגען הויעך אבער עס דוכט זיך מיר אז די בינען האבען אויך אזוי ליעב דייקא מיין באנגעלוי, פונקט ווי די עקרת הבית. והשלישית האב איך מורא אז די קיגעל וועט זיך צו קלעבען צו איינע פון די 7 פליגען כאפער'ס.
א אויפגעלייגטער שכן האט זיך מיט מיר געווערטעלט אז ווען איך וויל איינעם אנצייגען וועלכע באנגעלוי איז מיין זאל איך נאר זאגען "די פארטש מיט די מערסטע פליגען כאפער'ס".

איך קום אריין און שוהל, א יעדער אן אויסנאם גיט מיר א האסטיגען שלום עליכם איך דערמאן זיך פון מיין שבת באווארפען אלעס ברימט זיך אינטער ווער איס דעס? מיט וועם איז ער געקומען? און ווער ווייסט וואס נאך זיי רעדע. איך ענטפער יעדען רואיג און געלאסען איך האב איבער גענומען ניסענצווייג'ס באנגעלוי. אזוי? וואס האט פאסירט אז זיי קומען שוין נישט? איך ווייס נישט! אקעי וועלקאם, וועסט הנאה האבען, שכויעך, הודו לד' כי טוב....וידבר איך זעץ מיך אראף, איך דרימעל, איך חלום אז איך בין געבליבען אין שטאט אויף מיין באקוועמע בענקעל, עס איז פיין קיהל, איך בלעטער מיינע ספרים. כ'האב מורא זי חלומ'ט דאס זעלבע...

אינמיטען לכה דודי רוקט אן א קליינער פעשליכער און פרייליכער אינגערמאן, רויטע בעקעלעך, קוקט אויס שטארק אויסגעשלאפען און גוטמוטיג. די נשמה יתירה ליגט אים ערגעץ צווישען די ירושלים קיגעל און די פיינע דרימעל וואס ער האט קוים פארענדיגט. ער געט מיר א ברייטען שלום עליכם זיינע קליינע הענטאלעך פארען אריין טיף אין מיין בעקיטשע. הע? האסט דיך באזעצט אויף מיין פלאץ? שאקעלט נאך אלץ מיט די הענט און לאזט נישט נאך.
אהה אנטשולדיגט איך האב נישט...
ניין סי גיט כעל מיר גיין זיצען ערגעץ אנדערש, נאא בלאב זיצען איך וועל שוין טרעפען.
איך גיי צום נעקסען טיש און ער לאכט ווי א זיבעלע, מורמעלט אינטער, אינגערמאן! קום צוריק...... אךךך פעלט נישט אויס. נאכען דאווענען זאגט ער מיר כאף דע האסטעך נישט באליידיגט, ווייסטאך יעדער האט ליעב זיין מקום קבוע. איך פרעג אים צו אויפען טרעין איעדען אינדערפרי האט ער אויך א מקום קבוע? ער זאגט מיר, ביזט א אויבער חכם הא? וועמעס באנגעלוי האסטו דא איבערגענומען? ביזטע געווען אין מקוה דא? ניין אין שכינות, אך א שאד, מיין ווייב מאכט די קוגעל דארט קום נעקסטע וואך וועסט קענען קויפען אויווער-נייט קיגעל, 4 דאללאר א סלייס. גיט שאבעס.
*

זארעכפעפער:

שוין, ס'איז זונטאג צופרי "שיוואסערבעטאמעז" (רעבע קרעמער ס'גוט אויסגעלייגט לויט די יודישע כללים? אויב נישט פאררעכט מיר) איך פרוביר מיך מסדר צו זיין דעם לאנגן תענית טאג. כ'על גיין דאווענען, דאס דאווענען נעמט דאך אביסל לענגער היינט מ'זאגט קינות, מ'לייענט, נאכן דאווענען וועל איך אזוי אויסציען ביז איינס האלב צוויי, דערנאך כאפן א גיטן דרימל ביז זעקסע זיבענע און אזוי וועט דער לאנגער תענית אריבער גיין אביסל גרינגער. אומר ועושה, געזאגט און געטון, ס'איז צען אזייגער איך פאר דאווענען.

ב"ה ס'איז אלעס אזוי ווי געפלאנט. איך קום צוריק אין באנגעלא צען נאך איינס, איך וויל זיך גרייטן צום שינת היום, זאגט מיר די רבנית תחי' הער: די קינדער זענען שוין אהיים פון חדר [כ'מיין מ'פאסט דאך, און מיין ווייב לכאורה האט דאך מער כח ווי דער שתי שערות מלמד...], זיי טאנצן מיר שוין ארום דא אויפן קאפ, לאמיר ציפארן דא אין טאון צי די בעקעריי איינקויפן עפעס גוטס אויף אויסצופאסטן. איר ווייסט דאך די סוגיא פון 'אין ברירה', נישטא קיין צוויי וועגן, מ'פעקלט אריין דאס געזונדל אין די קאר אין מ'פארט. אין בעקעריי איז געגאנגען א רויעך פאר א נחת פון די פרישע ראלאשעס און קופעלעך, אך א מחיה, מ'דרייט זיך צווישן די פילע געבעקסן קעיקס, קופעלעך, קאקיס, און מען פילט זיך אן א ברייטן וואגן פון כל טוב וכל טוב. מיין קליינער שרייט, אט טאטי איך דארף דעי קאקי, און מיין צווייטער שרייט איך אויך, מיין רבנית זאגט - אויף מיין חשבון - נא דא האסטע שעפעלע מאך שיין הויעך א ברכה. שוין ענדלעך מ'גייט צום רעכענען און איך געב אזא פרעג מיין ווייב: אייגנטלעך וואס דארף מען אזויפיל צום אויספאסטן? כ'על דאך סייווי נאך די מזונות עסן עפעס א געהעריגן סאפער?, זאג זי מיר: " איך מיין אז מ'קויפט שוין... ווייסטעך... קויפט מען שוין אזוי אז 'ס'זאל זיין' ", שוין מסכים 'ס'זאל זיין', פארוועם?, בקיצור ענדלעך מ'רעכנט און ווי באקאנט אז א ארדער אויפן הונגעריגן מאגן קאסט צוויי, אויב נישט דריי, מאל אזויפיל, און וכך הוה, ס'האט ארויפגעצויגן אן אפותקי אזוי אזש ביז היינט האב איך נאך פון דעם 'ס'זאל זיין'.

האלב פיר ענדליך צוריק אין די קאלעני, איך חלום שוין פון מיין מיטאג שלאף, איך בעט די קינדער זאלן ארויסגיין שפילן אינדרויסן מיט אלע קינדער איך זאל קענען אביסל שלאפן. איך ליג שוין אזוי אין בעט קומט אריין צו לויפן דער קליינער מוישי, טאטי עפעס א טאטע איז דא אינדרויסן ער וויל עפעס רעדן מיט דיר, זאג אים אז דיין טאטע האט זיך אראפגעלייגט יעצט און ער קען נישט ציקומען, ער גייט ארויס און איך הער ווי ער זאגט "מיין טאטע זאגט... איך זאל זאגן... אז ער האט זיך יעצט אראפגעלייגט. איך לאך אזוי צי מיר, יענער וועט נאך מיינען איך בין עפעס ווייסעך וואס א שקרן. בלית ברירה, איך שלעפ זיך ארויס פון בעט, שטופ אריין מיינע פוס אין די שיך, איך לויף ארויס מיט איין אטעם, יא יא ווער איז? וואס ווילט איר?, א אאאנטשולדיגט דו האסט זיך אראפגעלייגט, שוין ס'נישט אזוי וויכטיג - זאגט מיר מיין נייער חבר... דער קליינע דיקער (איר קענט אים שוין...) – נא נא... זאג שוין וואס דו ווילסט?, נאח כאדער נאטר געוואלט זאגן אז מיין ווייב האט צוגעגרייט פיינע גוטע קעיקס אויף צום אויספאסטן, ווייסטעך שוין מיין ווייב איז א גוטע קעכערין, ס'נישט טייער, ס'לוינט זעך, דארפסט עס נאר איינמאל קאסטן וועסטו שוין אליין זאגן, אזוי ווי ביי דע קיגל. אוי באשעפער, כ'קום דאך יעצט פון בעקערי וואס דארף איך נאך מזונות?, שוין, אז "ס'זאל זיין... זאל שוין טאקע זיין"..., לאמיך עפעס נעמען פון אים און לאז ער שוין גיין, איך וויל דאך דרימלען אביסל. נא וויפיל קאסט ער?, נישט קיין סאך, קום אריבער צו מיר אין באנגעלא כ'על דער ווייזן, ס'דא אסאך מינע קעיקס, קוקיס, קום איך זאג דער ס'לוינטסעך, העסט נישט חרטה האבן. ס'ווערט מיר גוט פאר די אויגן, וואס טוט מען דא, נא א יוד גיט זיך אלעמאל א עצה. איך זאג אים, דא האסטו א צוואנציגער און ברענג אריבער פאר צוואנציג דאלער סחורה נישט קיין חילוק פון וואס.

דער זייגער איז שוין ענדלעך ניינע, מ'גייט שוין אין שול צו מנחה-מעריב, מיין נייער חבר ווארט מיר שוין אפ, "נא האסט געזען וואס כאדער ציגעשטעלט?". יא יא שעקויעך, זאג איך אים. צווישן מנחה-מעריב גיט ער מיר א קלאפ און זאגט מיר "הא, אויסגעשלאפן ביסטעך, סאט נאכן אויספאסטן עמער אביסל ארויסגיין כאפן א שפאציר אויפן ראוד, כאב שוין אפגערעדט מיט כעסקלע'ן אויך. איך זאג אים, גוט מ'וועט זען, יעצט ווייס איך נאכנישט. אנדערש ווי שבת איז דער נייער חבר מיינער דאסמאל אליין צו געגאנגען צום עמוד פאר מעריב, ער האט קיינעם נישט געטרויעט, ער האט אליין געוואלט מאכן דעם דזשאב, איך טראכט אזוי צי מיר, אבי נישט שבת, שטעל זיך פאר ווען ער וויל ווען שבת ציגיין צום עמוד...
נאך מעריב געט ער מיר אזוי א זאג: "שוין אקעי, בערך עלעווע צייט וועל איך דיך קומען אויפפיקן פון דיין באנגעלא, וועסט שוין זיין גרייט דעמאלט? זאג איך אים, איך ווייס נאך נישט לאמיך קודם עפעס טועם זיין, אויספאסטן, דערנאך וועט מען זען.

הלואי יעצט זאל מיין ווייב וועלן גיין קיין וואל מארט, איך בין שוין מסכים צי דעם אויך, ווי איידער דער שפאציר וואס ווארט מיך אפ. לאז זיין אזוי, ראה עניי ועמלי. מיין יודענע זאגט מיר נאכן אויספארסטן, זי האט נישט קיין כח זי גייט זיך שוין לייגן פאר עי טשעידזש, פונקט היינט...
פינעף נאך עלעף, דער קליינער נייער חבר מיינער איז א פונקטליכער, ער שרייט שוין אריין: נא ווי האלטסטע?... קומסט? כעסקל קומט שוין אויך אויך...

**
ר' נאטורלעך וויאזוי דער שפאציר איז אריבער געגאנגען לאז איך שוין פאר דיר, טייל אונז מיט... ווייל דעם אנדערן צעטל האב איך אויך פארלוירן...
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

פשיהא. דער דולה האט זיך אויסגעגאסן דא, איך קען נישט אויפהערן לאכן.

וואס האסטעך היינט דערמאנט?
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: נאטורליך: נאטיצן פון מיין טאג בוך אין מיין קאנטרי/זארעכפעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

ארויף. שוין טאקע טיף אינמיטן קאנטרי אבער סאיז נאך נוגע פאר צווייטע האלב.
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
א פיפטער
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 19, 2021 2:49 pm

Re: נאטורליך: נאטיצן פון מיין טאג בוך אין מיין קאנטרי/זארעכפעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיפטער »

שטארק
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
הארזים
שר ששת אלפים
תגובות: 6190
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: נאטורליך: נאטיצן פון מיין טאג בוך אין מיין קאנטרי/זארעכפעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

א נחת
’מסורה’ איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע:לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: נאטורליך: נאטיצן פון מיין טאג בוך אין מיין קאנטרי/זארעכפעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

אה, נאטורליך נאטורליך, יענע קליינע טאדלערס זענען שוין אין שידוכים, הא? גיי דערצייל...
אין עוד מלבדו
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

Re: נאטורליך: נאטיצן פון מיין טאג בוך אין מיין קאנטרי/זארעכפעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:
אה, נאטורליך נאטורליך, יענע קליינע טאדלערס זענען שוין אין שידוכים, הא? גיי דערצייל...
און יא ער איז א חתן געווארן יענע וואך, בשעה טובה ביים תנאים דעם טעללער געגעבן א צובראך, א כלה איינס אין די וועלט, עס פעלט זיי אויך נישט געלט, אלעס טוט יעדן ב"ה געפעלן, מ'רעדט שוין פון א דאטום צו חופה שטעלן, מיר א ניי שטריימעל איז אפילו אין בודזשעט, זי פון א טייער מחותענעסטע קלייד רעדט, יעצט ווען דאס פנים פון גליק עס שיינט, וועל מיר געבן א ברכת הדיוט אלע גיטע פריינד, עס זאל ביי יעדן אייביג פרייליך זיין, ביז מיר וועלן קעגן משיח גיין.
אוועטאר
דייווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2014 9:36 pm
לאקאציע:ים התלמוד

Re: נאטורליך: נאטיצן פון מיין טאג בוך אין מיין קאנטרי/זארעכפעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייווער »

נאטורליך האט געשריבן:
פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:
אה, נאטורליך נאטורליך, יענע קליינע טאדלערס זענען שוין אין שידוכים, הא? גיי דערצייל...
און יא ער איז א חתן געווארן יענע וואך, בשעה טובה ביים תנאים דעם טעללער געגעבן א צובראך, א כלה איינס אין די וועלט, עס פעלט זיי אויך נישט געלט, אלעס טוט יעדן ב"ה געפעלן, מ'רעדט שוין פון א דאטום צו חופה שטעלן, מיר א ניי שטריימעל איז אפילו אין בודזשעט, זי פון א טייער מחותענעסטע קלייד רעדט, יעצט ווען דאס פנים פון גליק עס שיינט, וועל מיר געבן א ברכת הדיוט אלע גיטע פריינד, עס זאל ביי יעדן אייביג פרייליך זיין, ביז מיר וועלן קעגן משיח גיין.
מזל טוב! אסאך אידיש נחת

א דזשענערעישאן אריבער!
זה נהנה וזה נהנה! ביים קויפן קריפטא

סייינטס אייך אויף מיט מיין לינק אויף Coinebaseאון באקומט $10 ביטקוין.
קוין בעיס לינק - $10 ביטקוין בחינם
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: נאטורליך: נאטיצן פון מיין טאג בוך אין מיין קאנטרי/זארעכפעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

נאטורליך האט געשריבן:
פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:
אה, נאטורליך נאטורליך, יענע קליינע טאדלערס זענען שוין אין שידוכים, הא? גיי דערצייל...
און יא ער איז א חתן געווארן יענע וואך, בשעה טובה ביים תנאים דעם טעללער געגעבן א צובראך, א כלה איינס אין די וועלט, עס פעלט זיי אויך נישט געלט, אלעס טוט יעדן ב"ה געפעלן, מ'רעדט שוין פון א דאטום צו חופה שטעלן, מיר א ניי שטריימעל איז אפילו אין בודזשעט, זי פון א טייער מחותענעסטע קלייד רעדט, יעצט ווען דאס פנים פון גליק עס שיינט, וועל מיר געבן א ברכת הדיוט אלע גיטע פריינד, עס זאל ביי יעדן אייביג פרייליך זיין, ביז מיר וועלן קעגן משיח גיין.
שלום עליכם נאטורליך, שוין לאַנג נישט דאָ געווען…
קודם מזל טוב! אָבער ווען קומט דאַס קומענדיגע אַרטיקל?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

Re: נאטורליך: נאטיצן פון מיין טאג בוך אין מיין קאנטרי/זארעכפעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

היסטאריש האט געשריבן:
נאטורליך האט געשריבן:
פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:
אה, נאטורליך נאטורליך, יענע קליינע טאדלערס זענען שוין אין שידוכים, הא? גיי דערצייל...
און יא ער איז א חתן געווארן יענע וואך, בשעה טובה ביים תנאים דעם טעללער געגעבן א צובראך, א כלה איינס אין די וועלט, עס פעלט זיי אויך נישט געלט, אלעס טוט יעדן ב"ה געפעלן, מ'רעדט שוין פון א דאטום צו חופה שטעלן, מיר א ניי שטריימעל איז אפילו אין בודזשעט, זי פון א טייער מחותענעסטע קלייד רעדט, יעצט ווען דאס פנים פון גליק עס שיינט, וועל מיר געבן א ברכת הדיוט אלע גיטע פריינד, עס זאל ביי יעדן אייביג פרייליך זיין, ביז מיר וועלן קעגן משיח גיין.
שלום עליכם נאטורליך, שוין לאַנג נישט דאָ געווען…
קודם מזל טוב! אָבער ווען קומט דאַס קומענדיגע אַרטיקל?
ווען מ'וועט אויפהערן אויסמעקן יעדע צווייטע תגובה הלא דבר
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16954
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: נאטורליך: נאטיצן פון מיין טאג בוך אין מיין קאנטרי/זארעכפעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ווואס גייט דא פאר, צדיק בא לבית מלאנע און איך האב נישט באמערקט?

העלאו אלד פרענד, האוז לייף טריטינג יו?

איבער מעקן, דו שרייב נאר איכל טוהן ס’בעסטע עס צו פראטעקטן. שרייב אבער נישט קאנטערווערשעל...
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע:לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: נאטורליך: נאטיצן פון מיין טאג בוך אין מיין קאנטרי/זארעכפעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

שרייב ווי 15 יאר צוריק...
אין עוד מלבדו
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16954
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: נאטורליך: נאטיצן פון מיין טאג בוך אין מיין קאנטרי/זארעכפעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

חחח, ברויך מען ארבעטן אויף א וועיווער פאר אים...
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2796
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: נאטורליך: נאטיצן פון מיין טאג בוך אין מיין קאנטרי/זארעכפעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

נאטורליך האט געשריבן:
פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:
אה, נאטורליך נאטורליך, יענע קליינע טאדלערס זענען שוין אין שידוכים, הא? גיי דערצייל...
און יא ער איז א חתן געווארן יענע וואך, בשעה טובה ביים תנאים דעם טעללער געגעבן א צובראך, א כלה איינס אין די וועלט, עס פעלט זיי אויך נישט געלט, אלעס טוט יעדן ב"ה געפעלן, מ'רעדט שוין פון א דאטום צו חופה שטעלן, מיר א ניי שטריימעל איז אפילו אין בודזשעט, זי פון א טייער מחותענעסטע קלייד רעדט, יעצט ווען דאס פנים פון גליק עס שיינט, וועל מיר געבן א ברכת הדיוט אלע גיטע פריינד, עס זאל ביי יעדן אייביג פרייליך זיין, ביז מיר וועלן קעגן משיח גיין.
מזל טוב נאטורליך!!
ווערט זיך געגעלייבט אז מיר וועלן זיך נאך אמאל זען?
אבער יא דאס איז פאקטיש געשען;
גענומען א כלה; געלונגען נישט קיין שאלה; עס הערט נישט אויף קומען די מעלה; חופה איז אין א וואלע,
שטאט איבערגעקערט, נאטורליך עס איז באשערט, אזא שמחה איז הימל און ערד,
בקיצור אן ארטיקל וואלט איך געקענט באשטיין, פון נאטורליך אליין, עס וואלט געווען שיין,
שרייטס אלע מזל טוב גוט שבת!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

נעעעע.... דו פלעגסט פארשטיין!!
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: נאטורליך: נאטיצן פון מיין טאג בוך אין מיין קאנטרי/זארעכפעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יאנאש האט געשריבן:
חחח, ברויך מען ארבעטן אויף א וועיווער פאר אים...
אָקעי, האָב מיר יאנאש אויף אונזער זייט…
נאטורליך, גרייט אָן דעם פעדער, מיר וואַרטן געשפאַנט!
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
SPXUP
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 27, 2022 10:35 pm

Re: נאטורליך: נאטיצן פון מיין טאג בוך אין מיין קאנטרי/זארעכפעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPXUP »

למען תזכור. @נאטורליך
נישט פארגעסן דעם קאנטרי ארטיקעל.
טשעפנאק
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 21, 2023 2:50 pm

Re: נאטורליך: נאטיצן פון מיין טאג בוך אין מיין קאנטרי/זארעכפעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעפנאק »

התפוצצתי מצחוק😄😄😄
האדם לא נברא אלא להתענג!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”