ביטע העלפט: תפלה לפרנסה; "משפע ברֵיכָה" אדער "ברכָה"?

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

ביטע העלפט: תפלה לפרנסה; "משפע ברֵיכָה" אדער "ברכָה"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

עס הערשט א שטיקל צומישעניש (כאטש צווישן די סידורים וואס איך ניץ...) ביי די תפילה לפרנסה, וואס איך, כנוסח סקווירא זאג דאס יעדן טאג ביי יעדן תפילה בעפאר כי אתה שומע. (דער נוסך איז אַתָּה הוּא ה' הָאֱלֹהִים הַזָּן וּמפַרנֵס וּמכַלכֵּל מִקַּרנֵי רֵאמִים וְעַד בֵּיצֵי כִנִּים וכו') אינמיטן קומט עס אן צו די ווערטער "משפע ברכה והצלחה, ומשפע ברכה עליונה", דאס איז וויאזוי ס'שטייט אין די סקווירא סידור.

שמועסנדיג מיט מיין חבר, האט ער מיר אויפגעקלערט אז ער האלט אז די משפע ברכה עליונה דארף מען ארויסזאגן משפע בריכה עליונה, וויבאלד אויב רעדט מען דא ווייטער פון ברכות וואלט עס געדארפט שטיין מיט דער פריעדיגע ברכה והצלחה און ניטש איבערגעזאגט משפע ברכה עליונה, נאר וואס דען, מ'דארף עס ארויסזאגן "משפע ברֵיכָה" וואס מיינט א שפע פון די אויבערשטע בריכה, די אויבערשטע פארזאמלונג - בית קיבל.

זע די חילוק צווישן די לשונות ווי עס שרייבט דער רמ"ק אין פרדס רימונים: ברכהג"כ היא במלכות אמנם בשעה שהיא יונקת מצד הימין. וכן נתבאר בס' ר"מ ובמקומות אחרים [ח] וג"כ הבינה תקרא ברכה. וכן פי' בתקונים (תקונאנה) ונתנו סימן ברכת ה' היא תעשיר (משלי י, כב), בסוד הרוצה להעשיר יצפין. ויש חילוק בין בריכה לברכה. ה בריכההיא מצד היותה בית קבול לשפע הנשפע, וברכה הוא היותה שופעת הברכה למטה:

קוקנדיג אין אנדערע סידורים האב איך טאקע אזוי געפונען אז עס שטייט משפע בריכה, און אין געוויסע אנדערע איז יא געשטאנען ווי אין די סקווירא סידור, ברכה (בדרך אגב, אין די סקווירא סידור מיט אידיש טייטש טייטשט ער עס א שפע פון די אויבערשטע ברכות). אין די עוז והדר סידור השל"ה שטייט ביי תפלת שחרית ברכה און ביי תפלת מנחה בריכה... די עוז והדר סידור השלם האט אויך ביי שחרית ברכה.

יעצט בין איך אינטרעסירט צו הערן ווער עס ווייסט איבער דעם אויב איז דאס אזוי דוקה פון ביידע זייטן אדער א טעות פון איין זייט. איך האף צו פרעגן א סקווירער וואס פארשטייט, אבער דערווייל בין איך נישט אנגעקומען.

איין ארט האב איך יא געזען שטיין איבער דעם א קורצע הערה, און ער שרייבט אז עס איז א טעות, וויבאלד אין אלע ערשטע סידורים און אין די מקורות פאר די תפילות מיט דעם לשון שטייט בריכה, און וויבאלד ס'נעבן ברכה והצלחה האט מען עס פארטוישט.

אלזא, ווער עס ווייסט עפעס איבער דעם זאל ביטע קאמאנטירן.
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
מענדי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 15, 2017 12:56 pm

Re: ביטע העלפט: תפלה לפרנסה; "משפע ברֵיכָה" אדער "ברכָה"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדי »

משפע ברֵיכָה עליונה, אזוי שטייט אין מיין סידור און די טייטשט פון בריכה איז א קוואל.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ביטע העלפט: תפלה לפרנסה; "משפע ברֵיכָה" אדער "ברכָה"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

פשטות איז עס בריכה
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

צביירושלים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

Re: ביטע העלפט: תפלה לפרנסה; "משפע ברֵיכָה" אדער "ברכָה"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צביירושלים »

סידור הנפלא
עבודת השם
משפע בריכה עליונה

ונברך אותך בברכה שיהיה לך משפע בריכה העליונה. אמן
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: ביטע העלפט: תפלה לפרנסה; "משפע ברֵיכָה" אדער "ברכָה"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

הבריכה העליונה איז לשה"כ אין ישעי' ז' ג'.
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2515
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: ביטע העלפט: תפלה לפרנסה; "משפע ברֵיכָה" אדער "ברכָה"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

אין סקווער זאגט מען דאס בקביעות דריי מאל א טאג?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

Re: ביטע העלפט: תפלה לפרנסה; "משפע ברֵיכָה" אדער "ברכָה"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

עירמאנט'ער האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 4:52 pm
אין סקווער זאגט מען דאס בקביעות דריי מאל א טאג?
יא, שחרית מנחה מעריב, דאס אינאיינעם מיט די תפלת ווידי, מ'זאגט עס אויך ערב שבת, מוצאי שבת ראש חודש וכו'
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

Re: ביטע העלפט: תפלה לפרנסה; "משפע ברֵיכָה" אדער "ברכָה"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

איך האב געהערט שבת פון א סקווירער אז אין דאס ערשטע סקווירא סידור איז געשטאנען בריכה, און דאן האט מען עס געטוישט.
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3349
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: ביטע העלפט: תפלה לפרנסה; "משפע ברֵיכָה" אדער "ברכָה"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

מענדי האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 2:11 pm
משפע ברֵיכָה עליונה, אזוי שטייט אין מיין סידור און די טייטשט פון בריכה איז א קוואל.
בריכה אין נישט קיין קוואל, בריכה איז א באסיין.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”