נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 45159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 4:26 pm
הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 4:17 pm
א פעדעראלע ריכטערין זאגט אז טראמפ און עף בי איי דירעקטאר קריסטאפער רעי קענען ביידע ווערן אויסגעפרעגט אונטער שבועה דורך אדוואקאטן פאר צוויי הויכראנגיקע געוועזענע עף בי איי אגענטן פיטער סטראזק און ליסא פעידזש וועלכע באשולדיגן אז מען האט זיי פארפאלגט צוליב זייער ראלע אין די רוסלאנד אויספארשונג

ביידע וועלן ווערן אויסגעפרעגט באזונדער פאר 2 שטונדן

די ארדער איז נאכנישט ענדגילטיג ווייל זי וויל נאך ווארטן צו הערן פון די ביידען אדמיניסטראציע אויב דער פרעזידענט וויל עס בלאקירן דורך די עקזעקוטיווע פריוולעגיע מאכט
ריכטערין גייט גיבן פארן פרעזידענט א מאנאט צו באשליסן אויב צו נוצן זיין מאכט
די יוסטיץ דעפארטמענט האט געבעטן צו בלאקירן דאס אויספרעגן טראמפ אבער ריכטערין עימי בערמאן דזשעקסאן האט עווענטועל באשלאסן אנדערש און אצינד פארארדנט אז טראמפ זאל ווערן אויסגעפרעגט זאגנדיג אז די אפמאך איבער וואס צו פרעגן טראמפ איז אזוי באגרעניצט אז עס איז נישטא קיין אורזאל עס צו בלאקירן

הכל הבל האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 10:23 am

די סטראזק אדוואקאטן האבן געפיילט אין געריכט א סטעיטמענט פון די געוועזענע טראמפ ווייסע הויז שטאב הויפט דזשאן קעלי זאגט צום געריכט אונטער שבועה

קעלי זאגט אז די סטעיטמענט איז באזירט אויף פריוואטע נאטיצן ואס ער זיך פארצייכנט צוריק אין 2018 למספרם נאך א געשפרעך מיט טראמפ

לויט די סטעיטמענט האט טראמפ אין אלגעמיין נישט געגליכן אז מען פארצייכנט נאטיצן פון די געשפרעכן זייענדגי באזארגט אז עס קען שפעטער גענוצט ווערן אקעגן אים

די סטעיטמענט לויטעט אז טראמפ האט דיסקוסירט דאס צוריקדרייען די זיערהייט קלערנעסעס פון סטראזק און פיעדזש און אז ער האט געפרעגט אויב מען זאל אונטערנעמען איי אר עס אויספארשונגען אקעגן די צוויי

קעלי זאגט אז ער ווייסט נישט אויב טראמפ האט געמיינט דערמיט פאקטיש צו פארארדענען אזעלכע אויספארשונגען אבער עס האט געגעבן די איינדרוק אז ער וויל זעהן די צוויי אונטער אויספארשונג

ער זאגט אויך אז ער (קעלי) האט קיינמאל גארנישט געטוהן סיי וואס צו נעמען שריט אקעגן די צוויי
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 45159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א פעדעראלע דיסטריקט ריכטער האט בלאקירט א טענעסי געזעץ אקעגן שינוי בריות פראצעדורן פאר מינדעריעריגע

א פאנעל אויפן זעקסטן קרייז געריכט האט אצינד באזייטיגט די בלאקאדא ערלויבנדיג אז די געזעץ זאל אריינגיין אין קראפט אויף דערווייל
אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5309
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

הכל הבל האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 12:33 pm
א פעדעראלע דיסטריקט ריכטער האט בלאקירט א טענעסי געזעץ אקעגן שינוי בריות פראצעדורן פאר מינדעריעריגע

א פאנעל אויפן זעקסטן קרייז געריכט האט אצינד באזייטיגט די בלאקאדא ערלויבנדיג אז די געזעץ זאל אריינגיין אין קראפט אויף דערווייל
פארן האבן ווידער א געזונטס פון א אויסדרוק
#משנה הבריות
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 45159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

Borrower האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 1:32 pm
הכל הבל האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 12:33 pm
א פעדעראלע דיסטריקט ריכטער האט בלאקירט א טענעסי געזעץ אקעגן שינוי בריות פראצעדורן פאר מינדעריעריגע

א פאנעל אויפן זעקסטן קרייז געריכט האט אצינד באזייטיגט די בלאקאדא ערלויבנדיג אז די געזעץ זאל אריינגיין אין קראפט אויף דערווייל
פארן האבן ווידער א געזונטס פון א אויסדרוק
#משנה הבריות
א דאנק!

אגב, עס איז נישט ניי
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 45159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א פאנעל אויף די פערטע קרייז געריכט שטעלט אפ אויף דערווייל בוי ארבעט ביי די 6.6 ביליאן דאלער מאונטען וואלי נאטורליכע גאז פייפליין וועלכע דארף לויפן אויף א 303 מייל שטרעקע פון ווירדזשיניע צו צפון קאראליינע

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2023 10:10 am

באשלוס גייט מעגליך ווערן אפעלירט צום סופרים קאורט

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג יוני 28, 2022 12:22 pm
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
נעבראסקא רעפובליקאנע קאנגרעסמאן דזשעף פארטענבערי איז געווארן אנגעקלאגט דורך די עף בי איי מיט א צייט צוריק אויף עטליכע קלאגעס און סטעיט רעפובליקאנער פאראייניגן זיך צו שטיצן א פריימערי קעגנער

דער קאנגרעסמאן זאגט אז עראיז זייער אנטוישט דערמיט אבער גאווערנאר ריקעטס און דער געוועזענע גאווערנאר דעיוו העינימאן האבן ביידע אינדארסירט מייק פלוד
זיין פראצעס איז געווארן אפגעשיבט צוליב ווירוס סקעדזשועל פארשפעטיגונגען
באשטימט אויף מערץ 16 למספרם
פארטענבערי פאראורטיילט צו 2 יאר פראבעישאן און א 25 טויזנט דאלער שטראף
די קלאגע אקעגן די געוועזענע קאנגרעסמאן פארטענבערי איז געווען אז ער האט ליגן געזאגט איבער א 30 טויזנט דאלער ביישטייערונג וועלכע זיין קאמפיין האט באקומען פון א ביליאנער פון פאריז

די ביישטייערונג איז געמאכט געווארן ביי א אנדריעזער אין לאס אנזשעלעס צוריק אין 2016 למספרם און ביי איין פונקט איז די עף בי איי ארויפגעקומען דערויף ווען זיי האבן געפארשט דעם ניגעריע געבוירענע און פאריז באזירטע ביליאנער גילבערט טשעגאורי וועלכע האט געשעצט די קאנגרעסמאן פאר זיינע לייסטונגען צו אדרעסירן די צושטאנד פון די מינאריטעט קריסטליכע געמיינדע אין מיטל מזרח לענדער

די ביורא האט באוויזן צו ברעכן די ארגאנאזירער פון די פאנדרעיזינג צו קאאפערירן אין זייער אויספארשונג אקעגן טשעגאורי און יענער האט אין 2018 למספרם אנגעקלונגען דעם קאנגרעסמאן אים צו מאכן אויפמערקזאם אז 30 טויזנט דאלער וואס מען האט אויפגעטריבן ביי די פאנדרעיזער מיט צוויי יאר פריער איז געוקמען פון טשעגאורי וועלכע האט געזעצליך נישט געטארט ביישטייערן געלט צו א קאמפיין וויבאלד ער איז אן אויסלענדישער און מען האט דעריבער אויסגעארבעט צו נוצן מיטל אמעריקאנער גערופן "שטרוי מענטשן" וועלכע זאלן באקומען דאס געלט פון טשעגאורי און עס דערנאך ביישטייערן צום קאמפיין

די געשפרעך איז געווארן רעקארדירט דורך די עף בי איי וועלכע האט דערנאך אויסגעפרעגט דעם קאנגרעסמאן איינמאהל אין נעבראסקא און איינמאהל אין וואשינגטאן און ער האט געלייקנט די באשולדיגונג אז ער זאל האבן געוואוסט אז דאס געלט קומט פון אויסלענדער (ער האט נישט געוואוסט אז די געשפרעך מיטן פאנדרעיזער ארגאנאזירער איז רעקארדירט)

די קלאגעס איז נישט געווען איבער דאס אקצעפטירן די געלט נאר איבער דאס לייקענען אז ער האט געוואוסט דערפון שוין נאך וואס ער ווערט איינגעמאלדן דערוועגן אין א רעקארדירטע געשפרעך

ווי געשריבן האט די געריכט אים אפגעשוינט פון א טורמע טערמין זאגנדיג אז די פארלעצונג טוט נישט רעפלעקטירן די כאראקטער פונעם קאנגרעסמאן וועלכע האט אן אנשטענדיגע רעקארד און ער איז אפגעקומען מיט פראבעישאן

זיינע אדוואקאטן האבן באשלאסן צו אפעלירן די שולד אורטייל און פארלאנגט אז עס זאל גענצליך ווערן ארויסגעווארפן און אצינד האט א פאנעל אויף די ניינטע קרייז געריכט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס

די טענה פון די אדוואקאטן איז אז די קעיס אקעגן פארטענבערי אזי געווארן אריינגעטראגן אין באהאנדלט אין די קאליפארניע באזירטע געריכט אין די צייט וואס די פארברעך אין וועלכע ער איז געווארן באשולדיגט איז פארגעקומען אין וואשינגטאן און איינאמאהל אין נעבראסקא וואו ער וואוינט און דעריבער קען מען אים נישט פראצעסירן אין קאליפארניע

אדוואקאט קענאן שאנמוגאם האט פארפיראט אין געריכט אז עס איז א פרעצעדענטלאזע עולה ארומצושלעפן א קאנגרעסמאן איבער'ן לאנד (קיין קאליפארניע) בלויז וויבאלד די אגענטן (יו עס אטוירני'ס וועלכע ווילן אים קלאגן) געפונען זיך דארט

די ארגומענט האט זיך אין גרויס טייל באצויגן איבער די פראגע אויב די פאלשע סטעיטמענטס פון פארטענבערי זענען געווען גענוג ענרסט און רעלעוואנט צו באאיינפלוסן די אויספארשונג איבער טשעגאורי וואס ווערט געפירט דורך די יו עס אטוירני'ס אפיס אין לאס אנזשעלעס

געהילף יו עס אטוירני אלעקסאנדער ראבינס האט פרובירט צו מאכן אט די ארגומענט אז יענע דיסטריקט האט אנגעפירט מיט די אויספארשונג און ערקלערט אז די אורזאך פארוואס פונקט זיי האבן עס אנגעפירט איז צו פארדאנקן דאס וואס דער אנגעקלאגטער האט אויסגעוועלט דארטן אפצוהאלטן די פאנדרעיזער וואו די אומלעגאלע אקטן זענען פארגעקומען

די פאנעל באשטייט פון סירקט ריכטער סאלוואדאר מענדאזא און גבריאל שאנשעז (ביידע נאמינירט דורך פרעזידענט ביידען) און דיסטריקט ריכטער דזשעימס דאנאטא (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) וועלכע איז געווארן דעזיגנירט דורך די קרייז געריכט צו זיצן אויף די קעיס

טשעגאורי זעלבסט האט אין 2021 למספרם אויסגעהאמערט אן אפמאך מיט די יוסטיץ דעפארטמענט צו באצאהלן 1.8 מיליאן דאלער אלס טייל פון אן אפמאך נישט צו ווערן אנגעקלאגט איבער 180 טויזנט דאלער אין אנגעבליך אומלעגאלע ביישטייערונגען אויסגעפשרייט צו 4 באזונדערע קאמפיינס
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 45159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ניו יארק סטעיט אפעלאט געריכט ערלויבט דעמאקראטן אנצוהויבן פראצעדור איבערצושרייבן די קאנגרעסיאנאלע מאפע
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 45159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ווערט באקאנט אז עטליכע אדוואקאטן וועלכע האבן געהאט ביזנעס פארנט פון די סופרים קאורט האבן געצאהלט געלט פאר א געהילף צו ריכטער טאמאס

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 9:10 pm
הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 8:58 pm
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 6:07 pm
פעדעראלע דיסטריקט ריכטער טערי דאוטי (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ) שרייבט אז אויף דערווייל זענען טיילן פון די פעדעראלע רעגירונג, אריינגערעכנט די נעלט און יומען סערוויסעס דעפארטמענט און די עף בי איי טארן מער נישט קאמיוניקירן מיט סאושעל מידיא פירמעס מטן ציהל זיי צו מוטיגן אדער לייגן דרוק צו באזייטיגן/פארמעקן אדער רעדוצירן אינהאלט וועלכע דארף זיין באשוצט צוליב פרייהייט פון אויסדרוק

די אגענטורן טארן מער נישט צושיקן געוויסע פאסטס פאר באזייטיגונג צו די פירמעס און נישט פארלאנגען קיין באריכטן איבער די פארזוכן פון די פירמעס עס אראפצונעמען

די רעגירונג קען ווייטער צושיקן פאסטס מיט עכט פראבלעמאטישע אינהאלט ווי דעטאלירן פארברעכנס, נאציאנאלע זיכערהייט דראאונגען אדער אויסלענדישע פארזוכן צו באאיינפלוסן די וואלן
ביידען אדמיניסטראציע טראגט אריין אפעלאט צום פיפטן קרייז געריכט
אפיציעל געפיילט

זיי פארלאנגען אויף דערווייל א סטעי זינט די אורטייל איז זייער אומקלאר און ערקלערט נישט גענוג ספעציפיש וועלכע זאכן די רעגירונג קען נאך יא אדער נישט דיסקוסירן מיט די סאציאלע מידיא פירמעס
פיפטע קרייז געריכט שענקט צייטווייליגע סטעי און גייט אונטעראיילן די אפעלאט פראצעדור
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 45159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטער שטעלט ארויף צייטווייליגע בלאקאדא אויף די נייע אייאווע אנטי רציחה ביל
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 45159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פארלאפענע וואך האט די ביידען אדמיניסטראציע געווארנט טעקסאס צו באזייטיגן א ריזיגע צוים וועלכע די סטעיט האט אוועקגעשטעלט אין די ריא גרענדע טייך וועלכע בלאקירט אימיגראנטן פון קענען אריינקומען דורך אירע ברעגעס

די יוסטיץ דעפארטמענט האט געשריבן אז די וואסער בלאקאדא איז אומגעזעצליך און אז עס שטעלט פאר א געפאר צו נעוויגאציע און זיכערהייט און געשטעלט א דעדליין ביז ווען עס דארף ווערן צונומען און געסטראשעט אז אויב דאס פאסירט נישט בעפאר היינט מאנטאג זייגער 2 גייען זיי קלאגן די סטעיט

די דעדליין איז געקומען און געגאנגען און גאווערנאר גרעג אבאט האט עס איגנארירט און רעאגירט איצט צו די סטראשע פון די פעדעראלע רעגירונג זאגנדיג אז ער ווארט זיי צו זעהן אין געריכט

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:58 pm

יוסטיץ דעפארטמענט טראגט אריין קלאגע אקעגן די סטעיט אין פעדעראלן דיסטריקט געריכט אין אוסטין טעקסאס
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

תגובה דורך גראז »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 4:26 pm

קאמישע פאראדאקס...

די "יוסטיץ" דעפארטמענט קלאגט אן א סטעיט פארן אויספירן "יוסטיץ".

ס'איז אפשר דא ווער ס'זאל לאכן, ס'איז אבער זייער ווייט פון א געלעכטער.

#נאנ-יוסטיץ.
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1888
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

יישר כח @הכל הבל איך האב זייער הנאה פון דיינע זאכן
טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:37 am
נאך א לאנגע חשבון הנפש איז געבליבן אז מגיימיר פון דא לכה"פ ביז נאך יום הקדוש שנת תשפ"ה
אוועטאר
פרעזידענט פרא-טעמפאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:22 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט פרא-טעמפאר »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 11:35 pm
ווערט באקאנט אז עטליכע אדוואקאטן וועלכע האבן געהאט ביזנעס פארנט פון די סופרים קאורט האבן געצאהלט געלט פאר א געהילף צו ריכטער טאמאס
די קאנסעוויטיווע ריכטער קענען זיך לערנען עטיק סטאנדארטן פון די ליבעראלע ריכטער! ס'נאר אינטרעסאנט אז ווי מער קאנסעוויטיוו א ריכטער איז אלס מער סקאנדאלן איז דא אויף יענעם...😏

בד"וו ווער האט געליעקט די רציחה אורטייל?

-----
טעוועליך האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 9:47 am
יישר כח @הכל הבל איך האב זייער הנאה פון דיינע זאכן
גא"מ להנ"ל
If you ever feel useless, remember that the U.N. still exists.
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

פרעזידענט פרא-טעמפאר האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 10:47 am
הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 11:35 pm
ווערט באקאנט אז עטליכע אדוואקאטן וועלכע האבן געהאט ביזנעס פארנט פון די סופרים קאורט האבן געצאהלט געלט פאר א געהילף צו ריכטער טאמאס
די קאנסעוויטיווע ריכטער קענען זיך לערנען עטיק סטאנדארטן פון די ליבעראלע ריכטער! ס'נאר אינטרעסאנט אז ווי מער קאנסעוויטיוו א ריכטער איז אלס מער סקאנדאלן איז דא אויף יענעם...😏
נישט נאר ריכטער, נאר בכלל פאלעטישאנ'ס און מויל מאכער, אויף די רעכטע זייט הערסטו א גאנצע צייט נויז, און אויף די לינקע זייט איז אייביג שאאא שטיל, ריין אן א זינד..
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 45159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פעדעראלע דיסטריקט ריכטער דזשאן טיגער (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) אורטיילט אז די ביידען אדמיניסטראציע פאליסי וועלכע שטעלט ארויף באגרעניצונגען אויף אימיגראנטן וועלכע ערשיינען צום גרעניץ און פארלאנגען אזיל רעכט אן זיך איינגעבן בעפאר אנליין און ווערט צוגעשריבן צו די לעצטיגע רעדוקציע פון אימיגראציע איז נישט אויסגעהאלטן

די ארדער וועט אריינגיין אין אפעקט אין 14 טאג ארום

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 3:38 pm
פעדעראלע דיסטריקט ריכטער דזשאן טיגער (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) אורטיילט אז די ביידען אדמיניסטראציע פאליסי וועלכע שטעלט ארויף באגרעניצונגען אויף אימיגראנטן וועלכע ערשיינען צום גרעניץ און פארלאנגען אזיל רעכט אן זיך איינגעבן בעפאר אנליין און ווערט צוגעשריבן צו די לעצטיגע רעדוקציע פון אימיגראציע איז נישט אויסגעהאלטן

די ארדער וועט אריינגיין אין אפעקט אין 14 טאג ארום
יוסטיץ דעפארטמענט פיילט אפעלאט
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 45159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די פעדעראלע האנדלס קאמיסיע רוקט זיך נענטער אריינצוטראגן אין פעדעראלן געריכט זייער לאנג ערווארטעטע אנקלאגע אקעגן עמעזאן און עס קען קומען אזוי פריה ווי אין אוגוסט למספרם

די אנטי טראסט לאוסוט גייט זיך קאנצעטררין אויף מערערע פראקטיצירונגען פון די אנליין קאמערץ ריז אריינגערעכנט עמעזאן פריים, פארשריפטן וועלכע בלאקירן נידריגע פרייזן אויף קאנקורירנדע וועבזייטלעך און פאלסיס וועלכע צוואונגען פארקויפער צו נוצן עמעזאן'ס לאגיסטיקס און רעקלאמע סערוויסעס מיטן באלוינען באנוצער מיטן זיי שטעלן העכער אויף די פארקויפער ליסטע און באשטראפן אויב זיי נוצן עס נישט
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 45159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2023 2:34 pm
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2023 10:10 am
א פאנעל אויף די פערטע קרייז געריכט שטעלט אפ אויף דערווייל בוי ארבעט ביי די 6.6 ביליאן דאלער מאונטען וואלי נאטורליכע גאז פייפליין וועלכע דארף לויפן אויף א 303 מייל שטרעקע פון ווירדזשיניע צו צפון קאראליינע
באשלוס גייט מעגליך ווערן אפעלירט צום סופרים קאורט
סופרים קאורט ערלויבט פראיעקט פאראויסצוגיין אראפנעמענדיג א סטעי פון די פערטע קרייז געריכט וועלכע הערט אויס די קעיס

קיינע פון די ריכטער האט זיך נישט עפנטליך אקעגנגעשטעלט די באשלוס
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 45159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טראמפ האט געהאט אריינגעטראגן א פארלוימדונג אנקלאגע אקעגן סי ען ען פארלאנגנדיג 475 מיליאן דאלאר פאר אים באשמוצן אין צוגלייכן צו נאצי פירער

טראמפ טענה'ט אז נוצנדיג די פראגע "די גרויסע ליגן" איז געווען א פארזוך אים צו פארגלליכן צו היטלער און געבעלס ימ"ש

פעדעראלע דיסטריקט ריכטער ראאג שינגאל (נאמינירט דוך פרעזידענט טראמפ) האט פרייטאג ארויסגעווארפן די לאוסוט
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום זונטאג יולי 30, 2023 1:54 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 45159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פעדעראלע דיסטריקט ריכטער ברייען מאריס (נאמינירט דור פרעזידענט אבאמא) בלאקירט אויף דערווייל א נייע פארבאט וואס מאנטאנא האט באשטעטיגט אקעגן לא תלבש פארשטעלונגען
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6756
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

הכל הבל האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 1:47 pm
פעדעראלע דיסטריקט ריכטער ברייען מאריס (נאמינירט דור פרעזידענט אבאמא) בלאקירט אויף דערווייל א נייע פארבאט וואס מאנטאנא האט באשטעטיגט אקעגן לא תלבש פארשטעלונגען
מה?

אויב ס'איז שייך מסביר צו זיין ביטע צעלאז דיך מיט דיין געניטן פעדער און אויב נישט דאן לאז עס דא.

צווישן מיר און דיר זאג איך דיר אז נישט יעדע נייעס איז פאסענד פאר אידן, די וועלכע האבן צוטריט צו די אלגעמיינע מידיא ווייסן דאס סיי ווי און די וואס נישט ווילן טאקע נישט אלעס וויסן
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”