צדיקים וואס האבן פאראויסגעזאגט דעם חורבן אייראפע

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

זיגל
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 26, 2020 5:07 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיגל »

מיין שטעלונג האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 4:16 pm
ווייסט איינער אפשר, די מעשה, וואס רבי אליעזר'ל דזשיקובער זצ"ל האט פארגעזאגט אויף די צווייטע מלחמה?
נישט רבי אליעזר'ל און נישט אויפן צוויטן וועלט קריג...
זיין זוהן דער 'עטרת ישועה'האט ווי באוואוסט פאראויס געזעהן די ערשטע וועלט קריג, און ס'איז דא כמה וכמה סיפורים אויף דעם.
זיין אייניקל רבי אלטר'ל דז'יקובערהאט בפירוש געשריגן אז ס'קומט שווערע זמנים און האט געטריבן דעם עולם אוועק לויפן קיין ארץ ישראל אדער אמריקה!
עד כדי כך, אז הגה"ק המפורסם רבי משה'לה בואינער זי"ע הי"ד פון קראקא איז געקומען, באלד אנהייב קריג, פון קראקא קיין דז'יקוב זיין בכפיפה אחת מיט רבי אלטר'ל ווייל ער האט געדעדנקט אז די דז'יקובער רבי'ס ווייסן!
ביי די תנאים, דאכצעך, פון הגה"צ רבי יהושע הורוביץ זצ"ל (בן הגה"ק רבי חיים מנחם דוד הי"ד דער לעצטער רב און דז'יקוב בן הרה"ק רבי אלטר'ל) האט דער בילגורייער רב זיך באצויגן צו דעם וואס די דז'יקובער רבי'ס האבן פאראויס געזעהן.
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”