Re: Theranos - איינס פון גרעסטע סקעם׳ס אין היסטאריע- אנגייענדיגע משפט
גוט מארגןבניהו האט געשריבן:סיי די מעשה און די FTX מעשה מאכט וואונדערן, איז וואל סטריט אזוי נאריש? וויאזוי פאלן זיי אזוי שנעל מיט ריזיגע געלטער פאר די אלע סטארט אפ ביזנעסער?
לא לחכמים לחם ולא לנבונים עושר (פשוט פשט איז אז מען איז נישט גאראנטירט אבער למעשה זעהט מען די וועלט'ס פשט אויך זייער אסאך).
נארמאלע, קלוגע, פארזיכטיגע מענטשן איז שווער צו געפינען אין די רייען פון גרויסע געלטער. נישט אז עס איז נישטא, ווארען באפעט איז א גוטע דוגמא, אבער עס איז דא ווייניג. פאר די פשוטע סיבה אז אנצוקומען אהין דארף מען זיין א שפעקולאנט בטבע, א שפרינגער וואס איז וויליג צו נעמען גרויסע ריזיקעס, און א נארמאלער מיושב'דיגער עושר צי מיליאנער איז נישט גרייט צו ריזיקירן זיין גאנצע פארמעגן און נאך אנזעצן א האלבע שטאט פאר די צוגעזאגטע רווחים על קרן הצבי. די אינוועסטארס קענען זיין פונקט אזוי גאליבל ווי עני סיניאר סיטיזען אין אמעריקע.
שוין מיטגעהאלטן אפילו ביי היימישע ווי געלט קען פליסן (איך רעד נישט פון הונדערטער מיליאנען, כאטש עס איז אוודאי דא פון דעם אויך, איך רעד וואס איך האב מיטגעהאלטן) אן קיין נארמאלע חשבון. בקיצור, דאס אז איינער האט צוטריט אדער זיצט אויף מיליאנען מיינט נאכנישט אז ער איז מער פארזיכטיג דערמיט.
מִ֚י כְּהֶ֣
חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃