אין ספר הליכות צדיקים [עובדות ומנהגים מרבוה"ק מבעלזא] חלק ב' דף ריב' רעדט מען דארט די ענין פון יב' חלות שבת, ברענגן זיי דארטן אראפ א מעשה וואס איז געווען מיט ר' יהושע מבעלזא זי"ע און צאנזער רב זי"ע, איך וועל אראפברענגען זייערע לשון ווי עס שטייט דארט און הערה טו'. " וכיו"ב כתב הגה"צ ר' אלעזר שפירא אב"ד קיוויאשד בס' שאר ישוב: "שמעתי מאאמו"ר זצ"ל [הרה"ק ר' צבי אלימלך מבערטש זי"ע], שבהזדמן הרה"ק ר' יהושע מבעלזא זצ"ל בצאנז, אמר לו הרה"ק מצאנז זצ"ל שהרב הזקן [הרה"ק מראפשיץ זי"ע] סיפר ש'ארענדער' זקן אחד אמר לבניו, דטעם י"ב חלות הוא, כי הם כנגד י"ג מרגלים, ' איי עס איז נאר צוועלף, איינס ארויף, איינס אראפ', ואמר על זה הרה"ק מבעלזא זצ"ל, שאפשר שזהו הכוונה בחרוז 'יגלי לן טעמי דבתריסר נהמי', דהכוונה להקשות כנ"ל למה לא לוקחין י"ג חלות", ויש להסמיך לזה דברי התרגום יונתן בפרשת אמור, על הפסוק (ויקרא כד, ה) "ואפית אותה שתים עשרה חלות", "ותיפי יתה תריסרי גריצין שווין לתליסר שבטיא" (ואפית אותה שתים עשרה חלות שווין לשלשה עשר שבטים)." קוק איך אריין אין תרגום יונתן פון חומש עוז והדר באמערק איך אז דארט שטייט "ותיפי יתה תריסרי גריצן שוין לתריסר שבטיא" קוק איך אריין אין חומשים פון אנדערע מו"ל און דארט שטייט "לתליסר שבטיא", און עוז והדר ברענגט נישט קיין שום מקור (א פריעדיגע מהודרא) אז עס דארף שטיין לתריסר . זעיט אויס אז זיי קענען אליין מחליט צו פארענדערן זאכן.
אין זמירות לעטר פתורה שטייט: ומש"כ שעכ"פ אחד בעיר צריך להיות על שלחנו י"ב חלות בשבת. כ"ק אא"ז הה"צ מהרא"ל מטאמאשוב זצלה"ה אמר בשם אא"ז משינאווא זי"ע דבכל דבר שאינו מצוה והלכה רק כוונות, מספיק שאם אחד בעיר עושה כן, והשאר יכולים לסמוך עליו.