זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , עמעזאן

מצה מעהל
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 19, 2020 3:03 pm

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה מעהל »

מי חכם האט געשריבן:
פארשטייט זיך אויב דער ענדגילטיגער ציל פון אונען א ביזנעס איז די פאוער דערפון, איז אוודאי אז מען זאל זיך נישט לאזן שאנטאזשירן פון א ארבעטער וואס האלט דיר ביים קארג

אויב אבער דער ענד ציל איז צו מאכן ווי מער געלט מיט ווי ווייניגער עקספענס פון ריסארסעס, מיינט דאס אז דער בעה"ב איז טאקע אין די אומבא'טעמ'טע פאזיציע פון א קונה אדון לעצמו, אבער זיין ביזנעס פארט. וואס מיינסטו אז א ארבעטער האט יא ליב צו זיין אנגעוואנדן אין די חסדים פונעם בעה"ב? ער איז אבער דא וויבאלד נאכן מאכן זיינע קאלקולאציעס, אין זיינע ספעציפישע אומשטענדן, איז דאס פאר אים די מערסט פארגעצויגענע וועג צו לייגן ברויט אויפן טיש און דערפאר איז ער גרייט זיך צו פארשקלאפן און ארבעטן פאר עמיצן.

איך פארשטיי גראדע אז איינער וואס איז נישט ממש געשטיקט זאל באשליסן ענדערש אויסצוגעבן מער - אדער סאך מער - געלט, מי און צייט אבי נישט צו ווערן אביוזט, און דאס איז דאך טאקע וואס האט יעצט פאסירט מיט די גרעיט רעזיגנעישאן, און ביי א בעה"ב וואס האט ב"ה פרנסה איז א גאנץ יאר קאוויד מיט עמפלוימענט - ד.ה. ער קען זיך ב"ה עפארדן דאס צו טאן. פארט לאזט זיך זאגן אז פאר די הצלחה פון די ביזנעס, די באטטאם ליין, איז דאס לאו דוקא די ריכטיגע מהלך.
עס איז א גרויסע חילוק צווישן איינער וואס דארף א רעיז און וויל באקומען וואס ער איז ווערט . צי איינער וואס וויל זיין דיין באס .
מיין עקספיריענס אלץ איינער וואס מענידטש א ביזנעס פון א גרויסע צאל ארבייטער איז. אז געווענליך דער ארבייטער וואס לאזט כסדר וויסן ווי שטארק ער איז ווערט פאר די ביזנעס און מען דארף אים געגעבן דאס אין יענץ און מען מיז אים פאלגן און רעיזן יעדע פאר מינוט ווייל ער איז שוין דא אזויפיל יארן און האט ארויס די גאנצע ביזנעס זענען װערט א מכה מיט פאוזנאייווי . זיין גאנצע געלאנגענקייט. איז דיר צי פארדרייען די קאפ וויפיל ער איז אלץ ווערט און אויב הערסטי נישט צי צו זיינע דברי חכמה לייגסטו די גאנצע ביזנעס אין דער ערד און אזו ווייטער . אבער באמת ווערט איז ער נישט און על פי ברוב ווייסט ער אליין דעם אמת און טאקע פאר דעם איז ער פארנומען א צי בלאזן זיין וועליא. און פון די אנדערע זייט זענען דא אסאך וואס זענען דא דא פאר דיר זיי זענען באמת ווערט אין מען קען זיי אינוואלווען און דיסשען,ס און ער איז נישט יעדע רגע פארנומען וואס מען דארף אים אפרישעטטן זיי זענען נארמאלע מענטשן . סא בדרך כלל איינער וואס אביזט מיר טריי איך פטור צו ווערן אויף שיינע אופן .. נישט ווייל איך האב א פראבלעם מיט א אדון נאר ווייל די סיבה פארוואס ער וויל זיין מיין אדון איז ווייל ער איז ווערט 0
אוועטאר
עדה
שר האלפיים
תגובות: 2412
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2022 1:46 am

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדה »

קרייסלער האט געשריבן:
יעדע ארבייטער טאקע איז ריפלעסעבעל און א בעל בית טאר זיך נישט לאזן שאנטאזשירן פון אן ארבייטער וואס האט זיך אנגעשמעקט א רעיז, אבער! דא א קומט א גרויסע אבער, אויב דער ארבייטער לייגט אריין זיין הארץ און געפיל אינעם קאמפעני, נישט ער טשעקט אריין ניינע און פונקטליך פינעווע איז ער ארויס, נאר ער לעבט מיט מיטן קאמפעני אפילו נישט אין די ארבייט שעות, אזא ארבייטער טרעפט מען נישט אזוי שנעל און יעדער בעל בית זאל זיך מאכן א גוטן חשבון הנפש

בכלל דארף א קאמפעני האבן א מהלך וויאזוי צו האלטן רוב פון זייערע ארבייטערס אויף א לענגערע צייט, א קאמפעני וואס איז משמרת נכנס ומשמרת יוצא (מאכט זיך אפט ביי היימישע פירמעס אפילו גאר גרויסע) קען אזא קאמפעני נישט וואקסען געהעריג ווייל יעדער שפירט זיך דיספאזעבעל און די בעלי בתים זענען פארנומען הייערן און פייערן, און טרענירן פרישע ארבייטערס

אלזא יעדע מצב איז אנדערש און ברויך גוט אנאליזירט ווערן
אינטערעסאנט וואס דו זאגסט, איך האב די וואך געהערט פון א גרויסע היימישע פירמע וואס מוטשעט זיך די לעצטע שטיק צייט מיט ארבייטערס אז דער עולם פיצט אפ אין גרויסן, אז ער האט אויפגענומען א קאוטש (וואטעווער די נאמען איז) צו זעהן וואס די פראבלעם איז, דער בעה"ב איז מסכים אויסצוגעבן געלט, ער האט אנגעפאנגען צושטעלן סנעקס מיט קאווע וכו, אבער נישט פאר קיין רעיזעס
נִצְּחוּ אֶרְאֶלִּים אֶת הַמְּצוּקִים וְנִשְׁבָּה אֲרוֹן הַקֹּדֶשׁ
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15042
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

קעדילעק האט גאר גוט ארויסגעברענגט איין סינעריא

נאכדעם זענען דא אנדערע סינעריאוס. ווי למשל א בעה"ב וואס האלט אז דער באשעפער האט באשאפן ארבעטערס נאר כדי אים צו רייך צו מאכן

אויך זענען דא ארבעטער וואס האלטן אז די גאנצע עקזיסטענץ פון די ביזנעס איז נאר כדי ער זאל באקומען א וועידזש און מער ווי דעם אינטערסירט אים נישט


אויף די גאס איז דא א מארקעט פרייזן פאר רוב דזשאבס אבער אויב איז מען א גוטער ארבעטער קעמען באקומען פיל פיל מער ווייל מ'איז מער ווערד פאר'ן באלעבאס


סאו דער באלעבאס זאל זעהן אז זיינע ארבעטער זאלן זיין מער ווי צופרידן און דער ארבעטער זאל זעהן אז דער באלעבאס זאל זיין מער ווי צופרידן

מיט געזונטע ערליכע מענטשן איז דאס די בעסטע. מיט אביוזערס שטייט מען נישט אין ווארט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15042
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

עדה האט געשריבן:
אבער נישט פאר קיין רעיזעס
דאס קען זיין א קראנקהייט פון געוויסע באלעבאטים אבער פון מיין עקספיריענס אויס קען איך אים פארשטיין. איך פלעג צאלן זייער זייער שיין און באקומען נאר שטיינער
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15042
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

מי חכם האט געשריבן:
פארשטייט זיך אויב דער ענדגילטיגער ציל פון אונען א ביזנעס איז די פאוער דערפון, איז אוודאי אז מען זאל זיך נישט לאזן שאנטאזשירן פון א ארבעטער וואס האלט דיר ביים קארג

אויב אבער דער ענד ציל איז צו מאכן ווי מער געלט מיט ווי ווייניגער עקספענס פון ריסארסעס, מיינט דאס אז דער בעה"ב איז טאקע אין די אומבא'טעמ'טע פאזיציע פון א קונה אדון לעצמו, אבער זיין ביזנעס פארט. וואס מיינסטו אז א ארבעטער האט יא ליב צו זיין אנגעוואנדן אין די חסדים פונעם בעה"ב? ער איז אבער דא וויבאלד נאכן מאכן זיינע קאלקולאציעס, אין זיינע ספעציפישע אומשטענדן, איז דאס פאר אים די מערסט פארגעצויגענע וועג צו לייגן ברויט אויפן טיש און דערפאר איז ער גרייט זיך צו פארשקלאפן און ארבעטן פאר עמיצן.

איך פארשטיי גראדע אז איינער וואס איז נישט ממש געשטיקט זאל באשליסן ענדערש אויסצוגעבן מער - אדער סאך מער - געלט, מי און צייט אבי נישט צו ווערן אביוזט, און דאס איז דאך טאקע וואס האט יעצט פאסירט מיט די גרעיט רעזיגנעישאן, און ביי א בעה"ב וואס האט ב"ה פרנסה איז א גאנץ יאר קאוויד מיט עמפלוימענט - ד.ה. ער קען זיך ב"ה עפארדן דאס צו טאן. פארט לאזט זיך זאגן אז פאר די הצלחה פון די ביזנעס, די באטטאם ליין, איז דאס לאו דוקא די ריכטיגע מהלך.
אן ארבעטער וואס איז נאר פארנומען זיכער מאכן אז ער באקומט באצאלט די מאקסימום איז א חורבן פאר די קאמפאני. נישט נאר אלץ די געלט

אן ארבעטער פארשקלאפט זיך נישט פאר א באלעבאס. חוץ אויב דער באלעבאס אביוזט אים און דאן ברויך ער רעכענען דעם אביוז אין די חשבונות


לאמיר נעמען א משל. איך האב א ביזנעס וואס מאכט 100 מיליאן א יאר פראפיט

די סיבה פארוואס איך מאך אזויפיל איז ווייל איך האב אוועקגעשטעלט א סיסטעם און דאס איז מיינס

יעצט קומט אן ארבעטער און פארלאנגט א מיליאן דאלאר א יאר ווייל ער ווייסט אז כ'האב דאס געלט און ער האלט נאך אז ס'קומט זיך אים ווייל ער איז דאך א חלק אין די פראפיט. ניין?

יעצט אויב כאפט ער מיך אין א שוואכע מינוט וועט ער טאקע באקומען דעם אייז און דערנאך וועל איך זוכן פטור צו ווערן פון אים


נאכדעם זענען דא ארבעטערס וואס זייער באלעבאס קען זיך נישט רירן אן זיי. זיי זענען טאקע ווערד פיל פיל מער ווי די אפיציעלע טיטל פונעם דזשאב
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

מענין לענין
וויפיל איז דרכשניטליך די פרייז (%) פון א רעיז ? (ווען די בעה"ב איז צופרידען פון די ארבעטער, און די ארבעטער פון בעה"ב, אויב עס איז דא אזא זאך )
אין דארף די ארבעטער בעטן אדער די בעה"ב דארף זאל עס געבען פון זיך אליין ?
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 845
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

יישר כח האט געשריבן:
מענין לענין
וויפיל איז דרכשניטליך די פרייז (%) פון א רעיז ? (ווען די בעה"ב איז צופרידען פון די ארבעטער, און די ארבעטער פון בעה"ב, אויב עס איז דא אזא זאך )
אין דארף די ארבעטער בעטן אדער די בעה"ב דארף זאל עס געבען פון זיך אליין ?
$100-$200 א וואך מער איז זייער שיין פאר אן ארבעטער 3-4 יאר אויף די פלאטץ. אן ארבעטער מעג בעטן אבער אויב קימט זיך דארף די בעה"ב געבן ביפאר ער בעט.
נאך 3-4 יאר איז שווער צי שרייבען א נומבער ווייל הכל לפי המצב אין די וועליא ער ברענקט, אויב איז ער סתם איינער וואס פיילט פעפערס דעמאלטץ 50 איז אויך שיין
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

.
נחלתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 11:36 pm

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחלתי »

פוילער האט געשריבן: דינסטאג מאי 17, 2022 1:07 am
יעדער איז ריפלעסעבעל.
True! but a Boss is also replaceble!!!
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1525
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע:משה זוכמעך

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

פוילער האט געשריבן: דינסטאג מאי 17, 2022 1:07 am
יעדער איז ריפלעסעבעל.
איך ווייס נישט אויב די ביסט א בעה"ב אדער ארבעטער, אבער אויב ביסטו א בעה"ב בין איך זיכער דיין ביזנעס איז נישט א גראואונג פאזישען מיט דעי עדיטוד.. צא ובדוק
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4957
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

א באלעבאס דארף אויסער געלט, באצאלן מיט זיין גאנצע הארץ עפּרישיעישאן און געבן קאמפלימענטן און מאכן דעם אינגערמאן שפירן גוט און זיך אויפפירן מיט אידישע ריספעקט.
זעה זיינע מעלות, זאג עס אים, טרעף זיינע באהאלטענע טאלאנטן, און זאג עס אים.
קענסטו נישט יעצט באצאלן וואס דו שפירסט אז דו ווילסט אים באצאלן? זאג עס אים.
קאמיוניקעישאן

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4957
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

אויב דער באלעבאס געבט זיין הארץ פאר זיינע ארבייטער, אבער עס געשעהט נישט קיין קאמיוניקעישאן/ביזנעס רילעישענשיפ, זאל ער אים זאגן אז ער וויל אינוועסטירן דערין. (סיי דורך זיך זיך סטרעטשן די אייגענע מידות, און סיי דורך זיך אויסשמועסן מיט א העלטי ביזנעס קאוטש)
אויב איז דער ארבייטער נישט וויליג צו טאן די זעלבע אז עס זאל זיין א העלטי קאמיוניקעישאן. ״שלום בית״ גראב גערעדט, דאן איז דא א ערנסטע אישו אין די פירמע. די ווייערס וואס טראגן די דעטע, מיט די סוויטשעס וואס דארפן זיך פארשטיין, ארבייטן נישט ווי ער דארף.
מיט א שוואכע ערקאנדישן, קען מען נישט זיין פראדוקטיוו
מיט א שוואכע אינטערנעט/נעטווארק, קען מען נישט זיין פראדאקטיוו
מיט א שוואכע קאמיוניקעישאן מיט די סטעף קען מען נישט זיין פראדאקטיוו
א ביזנעס וואס איז נישט פראדאקטיוו… איז נישט פראדוקטיוו…

בנוגע א באלעבאס/מענעדשער, דארף איך שרייבן עקסטער..

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס קאפ”