Re: מעג א שווער זאגען פארען איידעם נישט צו גיין דאווענען שפעט?
נעה, דער שווער האט אים גענומען "טאקע" וועגן דעם.שלמה מולכו האט געשריבן: ↑ דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:25 amווואףףף…ממי_שאמרו האט געשריבן: ↑ דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:22 amאמת'ע מעשה (איך קאן דעם שווער און דעם איידעם), ווען דער שווער האט זיך דאס ערשטע מאהל געטראפן מיט'ן איידעם, האט ער אים געפרעגט וועלכע סוגיא לערנט מען יעצט אין ישיבה. האט דער איידעם גע'ענטפערט מיט א גלייכגילטיקייט: די סוגיא פון "דעלך סני לחברך לא תעביד".שלמה מולכו האט געשריבן: ↑ דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:19 amצ״ק
דער שווער איז א גרויס רחמנות, כשוין איהם עכט, און כשוין זיינע ארומיגע אויך.
פראקטיש, דער איידעם גייט זיך לכאורה נישט טוישן, ער דאוונט מן הסתם נישט שפעט מיט א כוונה תחילה, ער קען זיך נישט באקראצן צו וואס, סוי סתם איהם זאגן גייט איהם פלעין ווי טוען, און דיר איידעם גייט באקומען פרעשור פונעם שווער, מסתם וועט ער טראכטן צוויי מאל בעפאר ער קומט נאכאמאל.
כהאב אמאל מיטגעהאלטן ווי א שווער האט געפרעגט זיין טאכטער וויפיל אזייגער איר מאן דאוונט, דער טאכטער הא איהם געזאגט, טאטי, איך בין ב״ה גוט חתונה געהאט און כהאב זייער ליעב מיין מאן, לאמיר עס לאזן אזוי…
זייער גוט געענטפערט.
און עי סייד נאויט, איך וואלט שוין נאכדעם מורא געהאט צו נעמען אזא איינעם פאר אן איידעם.
ס׳איז גאטס.
דער קעלעמער מגיד איז אמאל געווען ביי א שבע ברכות, און נאך א קורצע שמועס מיט'ן חתן האט ער געזעהן וואספארא עם הארץ דער איז, ביי שבע ברכות איז די כלה אריינגעקומען מיט א קורץ קלייד. האט דער מגיד געזאגט: דאס איז דאך ממש א שידוך פון הימל, נישט קיין תורה און נישט קיין סחורה. דער חתן האט נישט קיין תורה און דער כלה האט נישט קיין סחורה.
לענינו, דא רעדט מען פון א סחורה (מלשון סחור סחור...). ענבי הגפן בענבי הגפן.
מפתח - ממי שאמרו