וויאזוי זיך צו באגיין אויף די סאבוועי

ניו יארק און ארום

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4661
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

וויאזוי זיך צו באגיין אויף די סאבוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

עטליכע טיפס פאר ווער עס באניצט זיך מיט די סובוועי.

עס איז דא א נייע פעימענט סיסטעם וואס כאפט אויף די טשיפ פון די קרעדיט קארד (אדער סמארטפאון) ביי די טורנסטייל אויף די פלאכע סקרין, מען ברויך מער נישט האבן\פארלירן קיין מעטרא-קארט, אויב מען דארף א טרענספער לייגט מען צו די זעלבע קארטל וואס מען האט גענוצט פריערדיגע מאל.

די כלל לויטעט געווענליך אז די וואגאן וואס די קאנדאקטער (דער וואס עפענט די טיהרן ביי יעדע סטאפ) געפינט זיך, אויף נארמאלע באנען איז דאס אין די מיטן פון די באן, אויף קורצע באנען למשל די ג'י טרעין אויף די לעצטע וואגאן, איז די מערסטע סעיף, ווייל זענען האבן די מעגליכקייט צו רופן פאליציי הילף אויב עס פעלט אויס.

די עיר קאנדישאן אויף די באן וואגאן ארבעט נישט ביי די עקן פון די וואגאן נאר אינדערמיט, אויב עס איז א הייסע טאג דאן זיץ/שטיי אין מיטן.

אויף עסקלעיטארס גילט די רעגולער טרעפיק רול, אז מען שטייט אויף די רעכטע זייט, און מען פעסט אויף די לינקע זייט.

מיינד יור און ביזנעס, תרתי משמע, האלט אן אויג וואס טוט זיך ארום דיר, און זעה נישט וואס טוט זיך ביי יענעם, אדער בעסער געזאגט זעה אים בכלל נישט, די אלע האומלעסס אדער סתם משוגעים איז בעסער וואס ווייניגער eye contact.

ארויפשטייגענדיג אויף א באן לאז ערשט די מענטשן אראפ-קומען, גיב דיין זיץ פאר עלטערע אדער מענטשן אין אומשטענדן, (קענסט לאזן א צווייטן מקיים זיין די מפני שיבה תקום ערשט, דא העלפט אויך די כלל פון נישט האבן קיין eye contact) זעק און פעק האלט צווישן די פיס ווי ווייט מעגליך ווייל ביי די פיס איז דא די מערסטע פלאץ. עס איז גיט אויסצורעכענען וועלכע זייט די טיר גייט זיך עפענען ביי די סטאפ ווי מען גייט אראפגיין און פראבירן זיך האלטן נאנט צו יענעם טיר.

מען טאר נישט לויטן געזעץ אריבער גיין פון איין וואגן צו צווייטן דארך די בעק טירן, דאס זענען נאר צו נוצן פאר אן עמערדשענסי, (אדער א גאר וויכטיגע שנאר אקציע...)

ישמע לקח ויוסיף חכם.
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4731
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: וויאזוי זיך צו באגיין אויף די סאבוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

שכח, שיין געשריבן.
פראקטיש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 6:13 am
דאָס האָט פארוואנדלט דאס ווארט 'סאטמאר' פון א שטאט אין אייראפע צו באגריף אין אונטערחסידות'יאנאלע אידישקייט פון נאכן קריג ועד היום הזה.
שרייב תגובה

צוריק צו “לאקאלע טרעוול”