עס איז נישט קיין סוד אז צו טרעפן א נארמאלע פארקונג ספאט אין ב"פ וומס"ב און אפילו פלעטבוש איז א מכות מדינה.
עס האט מיך איינער מעורר געווען אז דאס וואס אסאך מענטשן האבן אין די לעצטיגע יארן געבויט הייזער און ביי די ערשטע שטאק האבן זיי געמאכט א פלאץ צו פארק'ן זייער קאר, אז דאס איז נישט קיין לעגאלע דרייוועי, און זיי האבן נישט קיין שום רעכט נישט צו לאזן דארט פארק'ן.
פארקן ביי יענעמס דרייוועי איז א פארצווייגטע נושא, סיי לגבי געזעץ, און סיי הלכה למעשה, סיי מצד דער בעה"ב און סיי מצד דער דרייווער, וואס מ'קען און מ'דארף קוקען אויף ביידע זייטן פון די מטבע.
געזעצלעך זענט איר גערעכט אז אויב איז דאס נישט א לעגאלע דרייוועי מעגט איר דאס בלאקן, און אויב איר באקומט א טיקעט און איר זענט באמת אין די גוסטע קענט איר דאס פייטן. אבער מצד שני, אויב וואוינט דארט א איד וואלט איך עס נישט געראטן דאס צו טוהן, יענער האט געצאלט און צאלט נאך אלס שווערע פעימענטס פאר די באנק פאר זיין הויז, ער האט געקויפט דעם גאנצן לאט. אמת, די געזעץ הייסט אים איינגעבן און צאלן שטייער דערויף און מעגט דארט פארקן, אבער, זאגט נאר ר' איד, זענט איר טאקע 1000% אויסגעהאלטן מיט אייערע חשבונות, אז איר זענט שוין מסדר דעם חבר? זענט איר דער שופטים ושוטרים פאר מאיר מיכאל בלומבערג'ן? עס איז יענעמס, און ס'איז נישט קיין יושר צו בלאקירן.
מצד המעשה שטעלט איר אויך איין, סיי איר ווייסט דאך למעשה נישט צו דאס איז לאגאל אדער נישט, אויב איז דער בעל הדרייוועי א שטיקל תקיף, בפרט אויב ער וואוינט נאך נעבן א חתונה זאל ווי יעדע נאכט פון שמחה-סעזאן איז זיין דרייוועי געבלאקט פון מענטשען וואס לויפן נאר אריין פאר א מינוט געבן מזל טוב פאר די מחותן, און אים קאסט עס יעדע נאכט 15-20 מינוט ביז דער אייגנטומער טרעפט דעם מחותן, וואונטשט אים, ווארט אין די רייע צו טאנצען מיט אים, איז טועם פון די קאלטס און ווארימס, וכו' וכו', קען ער אייך אפטוהן אויף כל מיני אופנים, סיי מיטן רופן פאליציי אדער טאו טראק ווי אויבן דערמאנט, סיי מיט אנדערע ווילדע זאכן (ווי ארויסנעמן די לופט פון די רעדער, אנספרעיען די פענסטער, אראפנעמען דיינע פלעיטס וכו' וכו'), יעצט גיי שטעל דיר אופן קאפ, קודם פאררעכט די פראבלעמען, ווייז אויף פאר די פאליציי אז דער בעה"ב האט עס געטוהן (איר האט דעך נישט געזען), און גיי זיך נאך אויב ס'איז לעגאל...
פון די דריטע זייט האב איך מיטגעהאלטן א מעשה ווי א חבר מיינער איז געווען ביי א שמחה אין שטאט, ווען ער איז אהיימגעפארן איז שוין געווען זפעט אינמיטן נאכט, ער האט זיך געוואלט אפשטעלן קויפן עפעס אין גראסערי, ער האט געזען א ליידיגע דרייוועי 1:30 ביינאכט, האט ער זיך אריינגעשטעלט (מן הסתם איז עס הפקר...), אינצווישן איז דער בעל הבית אויך אנגעקומען פון א שמחה, ווייסט נישט ווער דאס איז און ווי לאנג ער פלאנט צו שטיין דארט, מאכט נישט קיין מעשות, שטעלט זיך פארנט פונעם דרייוועי, און גייט אריין צו זיך אין שטוב. קומט דער דרייוער ארויס פון געשעפט אין וויל אהיים פארן קיין מאנסי, אבער די וועג איז בלאקירט...
פון די פערטע זייט איז געווען אין בארא פארק איינער וואס האט געהאט צופיל פראבלעמען מיט זיין שכן רע, ווען קיין עצה האט נישט געהאלפן האט ער איינגעגעבן אז די דרייוועי איז נישט לעגאל, דער שכן האט געברויכט צאלן שטייער אויף די אלע יארן וואס ער האט נישט באצאלט!
איך האב שוין כמה פעמים געפארקט ביי דרייוועיס מיט א צעטל אויפן פענסטער מיך צו רופן, רוב האבן גערופן און איך בין גלייך געלאפן רוקן מיין קאר. איין מאל איז געווען וואס יענער האט געשאלטן אויף ענגלישאין בארא פארק..
משיח, איך אביסל מחולק מיט אייך, ווען איינער צאלט נישט פאר א דרייוועי האט ער נישט די "זכות" דערפאר, און ס'קומט נישט דא אריין צו איך בין יא 100% אויסגעהאלטן געזעצליך צו נישט, נישט וועגן דעם וועל איך דארט (אויב איך וועל..) פארקן כדי צו לערנען יענעם די געזעץ אדער אים אנצולערנען פארן פארנאכלעסיגן ס'געזעץ.. נאר פשוט, ווייל וואס איז די בלוט פון זיין קאר רויטער פון מיינס? אונז האמיר ביידע די זעלבע זכות אויף דעם ספעיס ווי לאנג ער קויפט נישט אפ דעם זכות אויף דעם ספעיס פון די בעלי בתים דערפון (די שטאט) דאס וואס ער האט א פרייוואט הויז גיבט אים נישט אוטאמאטיש די זכות פאר א דרייוועי! איך בין גארנישט שולדיג אז איך קען מיך נישט ערלויבן א פריוואט ווילא און כ'וואוין אין אן אפארטמענט געביידע.. אויב צאלט ער דערפאר האט ער אלע רעכטן דערויף! און די ריכטיגע עצה איז טאקע צו שרייבן נאטיס מיט די פאון # כמובן.
איר מיינט אז ער איז טאקע אזא שלעכטער וואס וויל טיילן טיקעט'ס פאר אלע קארן אין שטאט? נעה, הויבט זיך נישט אן! ער וויל פשוט מוטיגן דעם עולם זיך ארויפצוזעצן אויפ'ן בייק...
צום זאך האט געשריבן:
נישט וועגן דעם וועל איך דארט (אויב איך וועל..) פארקן כדי צו לערנען יענעם די געזעץ אדער אים אנצולערנען פארן פארנאכלעסיגן ס'געזעץ..נאר פשוט, ווייל וואס איז די בלוט פון זיין קאר רויטער פון מיינס?
צום זאך האט געשריבן:
משיח, איך אביסל מחולק מיט אייך, ווען איינער צאלט נישט פאר א דרייוועי האט ער נישט די "זכות" דערפאר, און ס'קומט נישט דא אריין צו איך בין יא 100% אויסגעהאלטן געזעצליך צו נישט, נישט וועגן דעם וועל איך דארט (אויב איך וועל..) פארקן כדי צו לערנען יענעם די געזעץ אדער אים אנצולערנען פארן פארנאכלעסיגן ס'געזעץ.. נאר פשוט, ווייל וואס איז די בלוט פון זיין קאר רויטער פון מיינס? אונז האמיר ביידע די זעלבע זכות אויף דעם ספעיס ווי לאנג ער קויפט נישט אפ דעם זכות אויף דעם ספעיס פון די בעלי בתים דערפון (די שטאט)
דו רעדסט צום זאך, ווייל אזוי ווי מ'מעג פארקן אין פראנט פון דיין הויז, די זעלבע זאל מען קענען פארשטעלן דיין דרייוועי אויב ס'איז נישט א לעגאלע דרייוועי, עס איז דאך די שטאטס פראפערטי, אבער אזוי ווי יושר איז געשטארבן, און מעיאר בלומבערג דארף געלד צו בויען נייע האויזונג פראדשעקס (ווער געדענקט נאך זיין 01 קאמפיין, ווי מ'זעט זיין פרצוף און פון אונטער אים איז דא ריזיגע 30 שטאקידיגע בנינים, וואס זאלן האבן געדארפט מסדר זיין די האוזינג פראבלעם אין ניו יארק סיטי) דארפן די פאליציי נישט קוקן אויב די דרייוועי איז לעגאל, און מיך מזכה זיין מיט א מתנת יד.