האט איינער סיי וועלעכע עקספיריענס מיט די GOLD WAVE סאפטווער אויב יא! איך וויל אריינלייגן MUSIC אין די הינטערגרונט (BACKGROUND ) פון א דרשה, ווי אזוי טו איך דאס
איך ביי מיר אלטע טעיפ'ס פון זקני משפחתי ז''ל וואס כ'האב קאנווערטעד צו דיג'יטל [טאקע דורך גאלד וועיוו הנ''ל]. די פראבלעם איז אז ס'קומט מיט א שווערע זייטיגע קול [hiss]. די גאלדוועיוו אליין האט אן אפציע ''היס רימאוועל'', אבער דאן ווערט עפעס א מאדנע קול אנשטאט דעם. האט אפשר איינער עקספיריענס בנושא?
איך ווייס אז ס'דא אזעלכע וואס טוען דאס פאר געלט [אזוי מ'האט געטוהן מיט די טעיפ'ס פון הרה''ק מסאטמאר זצ''ל וכדומה]. אבער היות איך האב דאך שוין דעם פראגרעם, און בין גרייט אוועקצוגעבן צייט דערויף, וואלט איך געוואלט וויסן די בעסיקס וויאזוי אליין צו ארבעטן דערמיט.