Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט
א מת דארף מען לייגן אויף קרקהביידעלע האט געשריבן: ↑ דינסטאג אוגוסט 23, 2022 7:29 pmאיך בין דעמאלטס אלט געווען 8 יאר און דער טאג ליגט מיר נאך און די ביינער איך וועל אפשר שרייבן מיינע זכרונות איך וויל אבער אויסקלארן אפאר טעותים וואס איך זעה דא ביי דעם אשכול.sheetrock האט געשריבן:העליקאפטערס מיט פאליס זענען געשטאנען העכער דעם צו מאכן סדר מיט די גרויסע עולם, האט מען געמאכט עפעס א געשלעג אביסל ווייטער אז די פאליציי זאלן אהין גיין און נישט זעהן וויזוי מ'נעמט ארויס די אונטערשטע ברעט (ס'איז אום לעגאל) און פון די צעמישעניש האט מען זיך געטראפן אז די רבי איז פארקערט אבער מ'האט שוין גארנישט געקענט טון. ווען מ'האט ארויסגענומען די ברעט האט די עולם עס צובראכן און יעדער האט אפגעבראכן א שטיקל פאר זיך און ס'איז נישט געבליבן קיין זכר דערפון. בד"וו די רבי ליגט נישט גראד אינעם גריב, ער ליגט שיעף.לעורר לב האט געשריבן:וואס איז די מעשה געווען מיט די קבורה?
עפעס האט געהייסן אז פון די גרויסע בהלה און צומישעניש האט מען באגראבן פארקערט ווי געפלאנט, און פארדעם ווען מ'קומט אריין פון די געהעריגע אריינגאנג זעהט מען די רוקענ'ס פון די מצבות
אלעס איז מפי השמועה סאו כ'האב עס נישט געפרוווט מיט קיין עדות
העליקאפטערס מיט פאליס האבן נישט געמאכט קיין סדר ביי די קבורה נאר ביים פארקען.
די סיבה פון דעם טעות פונעם ארון זאגט מען איז לכאורה געעוען ווייל מען האט געמאכט אן ארון פונעם טיש פונעם רבין זי"ע און מען האט נישט געהאט קיין סימן ווי עס איז דער ראש און ווי עס איז די רגלים און נאך די הקפות האט מען זיך צומישט און מען האט זיך געכאפט שוין אין קבר.
תשל"ט האט מען שוין נישט נאכגעקוקט צו מען נעמט ארויס די ברעט. בכלל ווער עס ווייסט אז מען לייגט נישט א גלאטע ברעט אין אן ארון נאר מען לייגט צוויי שטיקלען ברעטער אזוי אז אין קבר שלעפט ארויס איין חלק פון די רעכטע זייט און איין חלק פון די לינקע זייט. די ברעטער איז מען מקבר צוזאמען מיטן מת. קיינער האט נישט געהאט קיין שטיקל פונעם ארון.
איך ווייס נישט פון ווי די נעמסט אז דער רבי ליגט שיף. נאר וואס יא דער קבר איז געווען פיל מיט קוויטלעך אזוי אז מען קען זאגען אז דער רבי ליגט נישט אויף דער ערד נאר אויף א בארג קוויטלעך.