Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט
יא א וודאיאונגארישע הייזער האט געשריבן: ↑ זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:12 pm
אין די נישט געזונטע יארן איז אייביג געווען אנגעצינדן די לעקטער
אדב וועל איך דערציילן ווי מיין טאטע פלעגט מיר האלטען אויף זיינע אקסעל פאר כמעט א שעה אין ציגעזאגט גיטע זאכען אז איך וועל קיקען אויפן רבין
כדערמאן ווי ר' שלמה יעקב מיט ברוך מרדכי אקערמאן פלעגן ארויף שיקען די שריים, ר' שלמה אויף די רעכטע זייט אין ר' ברוך מרדכי אויף די לינקע זייט, ווי ווען עס אנגעקמען ווי מען האט ציכאפט אויסגעלעקט ביזן לעצטע טראפ
אגב ווי קען מען פארגעסן די בואי בשלום ווי די די גאנצע עולם איז געווען אויסגדרייט צום רבין מיט די קינדער אויפ די הענט, אין די רבי צי מעריב אין געמאכט תנועות מיט זיינע הייליגע האנט, וואס שפעטער איז דא געווען די גאנצע מדובר ווען איז אהיים געקימען ווי אזוי איז געווען די בואי בשלום, אין גאנצער בהמ"ד איז געשטאנען ציגהערט
אזוי דערמאן איך מיר די הבדלה ווי מיר פלעגען מסתם יעדע וואך ארויס פארן אויף קר"י (ממש אזוי מען איז געפארען אויף קרית יואל א שעה אויפן וועג נאר צי קענען הערן די רבין'ס הבדלה אין אהיים געפארען, גיי דערצייל עס פאר די היינטיגע דור) )מיט ר' הערש מיילך וו"ב קאר אדער משה שווארץ,