Re: פרעזידענטליכע פריימערי דעבאטעס 2024 למספרם - בלויז נייעס
איך וועל מאכן זיכער אז אונז האמיר א שטארקע אמעריקע
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
ער רעכנט אויס זיין באקאנטע 10 טרוט'ס
פ"וו האט מען פונקט איהם דאס ג'פרעגט?
פאני מענטשן פרעגט מען פאני שאלות...
מסכים מיט אלעס, חוץ מיט וויצע פענס, איך מיין אז עפעס זאגט ער, ער *איז* דער עקפיריענסטער, ער פארדינט האלב פון די עוה"ב פון מלך טראמפ אלס שותף (פאר די טראמפיסטן פון די פארטיי), ער איז א ג-ט-פארכטיגער ערל (פאר די שמייליגע אין די פארטיי), ער איז א שטאטסמאן. ער וואלט אפשר ג'קענט זיין אביסל בעסער, אבער בעסיקלי איז ער אריינגעקומען ווי ערוואטעט און אפשר עטוואס שטערקער.שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: ↑ מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:16 pmהויפט געווינער פונעם נאכט: ראמאסוואמער. דער גייט שיסן ווי א ראקעט, אויף אזוי ווייט, אז עס גייט אנפאנגען פליען פראסקעס פונעם מאראלאגער.
וויצע געווינער: העילי. איז אריינגעקומען שטארק, קלאר און צום זאך. זיך שטארק געהאלפן מיטן זיך שטארק ארויסשטעלן קעגן א נאציאנאלע פארבאט.
הויפט פארלירער: סענדפעיפער דיסאנטיס. טרוקן, אומבא'חנ'ט ווי א צוויבל. געהאט עטליכע שטארקע מאמענטן, אבער גאר אסאך שוואכער ווי ערווארטעט.
שטעלפארטרעטער פארלירער: וויצע פענס. ער איז אריינגעקומען אסאך שטערקער ווי איך פערזענליך האב ערווארטעט, אבער ער האט שוין געהאט די בעסטע נעים רעקאגנישן ביז היינט. ער האט נישט געטון עפעס וואס זאל איבערצייגן אלגעמיינע רעפובליקאנער וויילער אים צו געבן א צווייטן שאנס.
ווערד א צווייטן בליק, אבער אומרעלעוואנט: גאווערנאר בורגעם. קען דאפלען זיין שטיצע פון איינס צו צוויי, אפשר אפילו דריי, אבער נישט גענוג צו ווערן אן ערנסטער קאנטענדער.
האטשינסאן, קריסטי און סקאט האבן גארנישט געטון היינט נאכט. אבי געזונט.
קוקט נישט אויס ווי עס איז דא שטארקע אינטערעסע…א גלעזעל חכמה האט געשריבן: ↑ מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:23 pmעפעס נייעס דא פון טראמפ/טאקער אינטערוויא?
א פרענק!יידישע קהילות האט געשריבן: ↑ מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:24 pmדער ראמאסמאווי דערמאנט מיך פון א בחור אין מיין קלאס אין ישיבה, א ספרד'ישער גראדע, וואס איז געווען בא'חנ'ט און קלוג, אבער *דער* טראבלמעיקער פון די קלאס. נישט דווקא קעגן די מגי"ש און מנהל, נאר טייל מאל פארקערט קעגן די בחורים אויף די זייט פון די הנהלה. ווייל (וויאזוי גייט דער ניגון) א טראבלמעיקער בלייבט א טראבלמעיקער אלעמאל.
כהא מורע אז דער חברה'מאן איז ממש אזוי.
א ליטווישע פשעטליידישע קהילות האט געשריבן: ↑ מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:24 pmדער ראמאסמאווי דערמאנט מיך פון א בחור אין מיין קלאס אין ישיבה, א ספרד'ישער גראדע, וואס איז געווען בא'חנ'ט און קלוג, אבער *דער* טראבלמעיקער פון די קלאס. נישט דווקא קעגן די מגי"ש און מנהל, נאר טייל מאל פארקערט קעגן די בחורים אויף די זייט פון די הנהלה. ווייל (וויאזוי גייט דער ניגון) א טראבלמעיקער בלייבט א טראבלמעיקער אלעמאל.
כהא מורע אז דער חברה'מאן איז ממש אזוי.