מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע
Hello------,
We do not currently have the bandwidth to pursue a partnership opportunity with your firm. If that changes, I will reach out. If our timeline does not align with yours, thank you for your interest.
Best,
----
א יעדע סעילסמאן האט אודאי אמאל די פראבלעם. שוין געמאכט א דעמא, שוין געוויזן אינטערעסט, אבער עפעס ריקט זיך עס נישט. ער האט נישט קיין צייט יעצט, וכו'.
וואלט איך געוואלט הערן וואס דער עולם האלט פון די איידיע פון שיקן יענעם א מתנה, א גיפט קארד וכדומה און אזוי משחד זיין זיך צי נעמען דערצי. פארשטייט זיך דאס איז נאר שייך אויב מען האלט "אז יענער פארשטייט אויך" אז עס וועט זיך לוינען און זיי וועלן שיין פארדינען, נאר פשוט האט נישט קיין געדולד. און דאס איז נאר שייך מיט אן ארבעטער וואס פאר עם איז עס נאר עקסטערע קאפוויי. אויב די בעה"ב זעהט נישט פאר וויכטיג זיך צי נעמען דערצי וועט אודאי נישט העלפן קיין מתנה.
א גיפט קארד האט אודאי א פראבלעם אז אויב וועט עס נישט העלפן איז עס א שאד די געלט. (עס וואלט געווען א גוטע איידיע צי קענען שיקן א גיפט קארד וואס אויב עס ווערט נישט געניצט ביז לאמיר זאגן 3 חדשים, באקום איך צוריק די געלט. אבער למיטב ידיעתי איז נישטא אזא זאך. אדרבה, אויב איינער האט עפעס א סולישען ביטע לאזן וויסן.) אבער אויב האט עס א טשענס צי העלפן קען זיך עס לוינען.
כ'וואלט זייער מכיר טובה געווען אויב איינער קען אריינקומען מיט עדווייס וואספארא מתנה צי שיקן, וויאזוי, און בעיקר וויפיל וועליו. מ'רעדט פון איינער אין א הויעכע פאזיציע וואס מן הסתם פארדינט שיין.
אדער האב איך געטראכט פון אן אנדערע איידיע. שיקן אן אימעיל צי זיין פריוואטע אדרעס (פארשאפט אויף seamless.io) און אפפערן א קאמישען פריוואט פאר עם בנוסף צי די רעוו שעיר וואס איז א חלק פון די דיעל וואס מיר רעדן פון. דאס קען אפשר זיין אומעטיש און גאר בעקפייערען.
וואס האלט דער עולם?
א דאנק
זיכט איר איינער צי נעמען charge אויף אייער בינעס פינאנצען? ווארף אן אישי.
One hour consultation free