פאנישען א קינד וויאזוי
אוסצוגען פון הרב לייב שטערנליכט שליט"א
די וואך אויף קול החינוך #20
על האחריות הכותב בלבד
דרכי' דרכי נועם וכל נתבותי' שלום
בענין חינוך :
עס צו פארשטיין קען מען עס מסביר זיין מיט א משל , א חשובע גאסט האט זיך איינגעמאלדען די לעצטע מינוט צו מאכען א באזוך ביי איינעם אין שטוב
מען קען זיך פארשטעלן אז מ'דארף מסדר זיין די שטוב בדרך כבוד
אבער זאכען ליגען ארום געפלויגען די הויז מ'דארף אלעס שנעל לייגען אין איין גרויסע לעדל צוזאמען
די פאפירן, טויעס , חפצים , ..
איז דא געוויסע מענטשן וועלן טראכטען
שוין, עס מאכט זיך דאך אמאל אמאל אזוינס ,
סוועט דורך ג'יין ממאכט נישט קיין עסק ,
דאס איז די געזונטע וועג פון טראכטען
מאידך גיסא , וועלן זיין אזוינע וואס וועלן טראכטען פארוואס דארף מען די לעצטע מינוט אלעס אוועק פאקען מדארף זיין מער מסודר ווי זאכען זאלען ליגען ,
און מהאפט טאקע אז עס וועט שוין נישט פאסירן
אבער עס זענען דא אזוינע וואס ווערן זייער אין כעס , און טראכטען הלוואי וואלט איך געקענט ארויסטראסקען די אלע זאכען , אדער צוברעכן , וויבאלד עס מאכט מיר יעצט נערוועז , מקען ניצן א אויסרייד , איך דארף דאך יעעם אויסלערנען אז מזאל אוועק לייגען די זאכען און כהאב אים שוין געבעטן אזויפיל מאל , ..
ולא זו הדרך
די רמב" ם זי"ע זאגט , א מענטש מיט זיינע מדות רעות דארף עס אויסארבעטן און עס בייגען קודם עד קצה האחרון ביז עס ווערט גראד , ביז בדרך הממוצע ,
לכאורה וואסערע מאטריאל איז אזוי אז ווען מבייגט עס די אנדערע וועג בלייבט עס אינדערמיט
נאר , דאס געשעהט נאר ווען מבייגט עס אסאך מאל אהין און אהער , ביז עס בלייבט אינדערמיט.
פון איינמאל און שוין ווערט עס נישט ..
ווען מאיז מחנך א קינד , און מ'דארף אים אמאל פאנישען , איז דא אוועג פון אים זייער צוברעכן און דערנידערן ,
אדער איז דא בדרכי נועם אפי' די קינד גלייכט דאס טאקע נישט אבער די פאנישמענטס קומט דעמאלס ריכטיג אן און סמאכט א גוטע רושם ,
מקען בעסער פארשטיין די חילוק מיט א מעשה שהי'
א טאטע האט געזאגט פאר זיין בחור איך גיי דיר איינשרייבן אין די און די ישיבה
נאך א שטיק צייט האט די ראש ישיבה צוריקגערופן אז מארגען זאל די בחור אריבער קומען צו א פארהער ,
און ווען די טאטע האט ביינאכט געזאגט פארן בחור
האט די בחור געזאגט איך גיי נישט ..
די טאטע האט דאך געהאפט ער וועט זיך אויסשלאפן ,.. צומארגענס די בחור שלאפט ער וויל בשו"א נישט .. ,
די טאטע האט געזאגט כאטשיק גיי צום פארהער מיזט נישט בלייבן לערנען , אבער פארשעם מיך נישט
און סאיז שוין אפגעמאכט מווארט אויף דיר
און ער רירט זיך נישט ..
האט די טאטע געזאגט איך האב אים געפאנישט ווייל איך האב דאך אים געדארפט מחנך זיין אז משפילט נישט אויס ,
" איך האב אים געזאגט נאך אפאר טעג
די ווילסט ג'יין אין א אנדערע ישיבה פיין
אבער האסט געגעבן די מעסידש כאילו ביסט נישט מיין זוהן, כאילו ביסט ח"ו א יתום , האסט נישט קיין שותפות מיט מיר , רעכנסט דיך נישט מיט מיר ,
האסט געמאכט א ריס צווישן מיר און דיר
ער האט דאס געזאגט א 4-5 מאל אין א האלבע יאר ,
ער זאגט דאס האט געמאכט א מורדיגע רושם אויפן בחור
די טאטע האט לכתחילה געטראכט ,
די קענסט אליין ?.. , איך לאז דיך נישט אריין אפאר נעכט אינדערהיים אלץ א פאנישמענטס ,
די טאטע האט פשוט מורה געהאט ער וועט ח"ו טרעפן שלעכטע חברים ,
אבער ער האט געוואלט צושפארן דעם טיר
דאס איז די חילוק פון א דרכי נועם פאנישמענטס צו נישט
ס'דא עלטערן ,וואס טראכטען כוועל עס דורכברעכן, די קינד האט צוריסן די הויזן
זאל די קינד אזוי ג'יין, זאל ער זיך לערנען ,..
אזא פאנישמענט גייט נישט אריין
דברים היוצאים מן הלב נכנסים ללב