וויכטיגע מעלדונג: מוצ"ש ארום 12:00 וועט מען ארבעטן אויף די סייט סערווער צו פארזיכערן די סעקיוריטי, עס וועט מעגליך זיין אויסגעלאשן פאר קורצע צייטן, א דאנק, מיט פארשטענדעניש.

מאנסי האט נישט קיין קעיטערערס

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

זכריהו
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 12:47 pm

מאנסי האט נישט קיין קעיטערערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכריהו »

אין ליכט פונעם דערנעבעדיגן אשכול וואו מען האט זיך גענומען איבער די וויליאמסבורגער זאלן, איז צייט אז מען זאל עפעס טון אין מאנסי אז עס איז נישט דא קיין געהעריגע זאלן מיט קעיטערערס. איך רעד פון קלענערע שמחות.

עס פעלט די ברייטקייט וואס מען שטעלט צו שמחות אין וויליאמסבורג און קרית יואל, יעדע קליינע שמחה איז באגלייט מיט עגמת נפש. מענטשן קומען צו פארן פונדערווייטנס און די עסן איז נישט גוט, קארג, אלט, און אוממענטשליך. און יעדער קרעכצט מיט ווייטאג: ס׳נישט דא קיין קעיטערינגס אין מאנסי.

אפשר זאלן די גוטע קעיטערערס איינזען אז עס לוינט זיך אריינצושפרינגען אינעם מאנסי מארקעט? זאל זיין עפעס א קאמפעטישן. און די זאַלן זאָלן זיך מוזן צושטעלן?

פארשטייט זיך די אשכול איז נישט געמאכט צו שרייבן נעמען, נישט צו אדווערטייזן קיינעם, נאר רעדן פונעם פראבלעם בעצם.
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: מאנסי האט נישט קיין קעיטערערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

נישט קיין מאנסיאנער דאך שפיר איך מיטלייד
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:50 pm
(אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: מאנסי האט נישט קיין קעיטערערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

געוואלדיג! די מענעזשערס, ארבעטער, און קעיטערערס פון די זיבן מאגערע שמחה זאלן וועלן טרעפן פרנסה אין מאנסי ובא לציון גואל
נחלתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 11:36 pm

Re: מאנסי האט נישט קיין קעיטערערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחלתי »

זכריהו האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 12:58 pm
אין ליכט פונעם דערנעבעדיגן אשכול וואו מען האט זיך גענומען איבער די וויליאמסבורגער זאלן, איז צייט אז מען זאל עפעס טון אין מאנסי אז עס איז נישט דא קיין געהעריגע זאלן מיט קעיטערערס. איך רעד פון קלענערע שמחות.

עס פעלט די ברייטקייט וואס מען שטעלט צו שמחות אין וויליאמסבורג און קרית יואל, יעדע קליינע שמחה איז באגלייט מיט עגמת נפש. מענטשן קומען צו פארן פונדערווייטנס און די עסן איז נישט גוט, קארג, אלט, און אוממענטשליך. און יעדער קרעכצט מיט ווייטאג: ס׳נישט דא קיין קעיטערינגס אין מאנסי.

אפשר זאלן די גוטע קעיטערערס איינזען אז עס לוינט זיך אריינצושפרינגען אינעם מאנסי מארקעט? זאל זיין עפעס א קאמפעטישן. און די זאַלן זאָלן זיך מוזן צושטעלן?

פארשטייט זיך די אשכול איז נישט געמאכט צו שרייבן נעמען, נישט צו אדווערטייזן קיינעם, נאר רעדן פונעם פראבלעם בעצם.
אבי געשאסן! פיינע קעטערערס דא איך האב גענוצט צוויי זייערצופרידן געווען. איינער לאקאל און איינער פון ק''י וואס טוט בעיקר דא אין מאנסי
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3232
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: מאנסי האט נישט קיין קעיטערערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

געשאסן א לאטקע אן קיין דעקונג עס איז דא א פלוס פין קעיטערינג קאמפעניס,
קויפמאנ׳ס
גלאט געשמאק
פאפריקע
גלויבערס
פעלדמאנ׳ס
ועוד ועוד זיי אלע זענן טאפ.

ווייסעך נישט וואס דיין פראבלעם איז.
אוועטאר
כ'קעניש דיסיידן
שר האלף
תגובות: 1168
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2023 3:41 pm

Re: מאנסי האט נישט קיין קעיטערערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'קעניש דיסיידן »

פרומע לבוש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 1:42 pm

ווייסעך נישט וואס דיין פראבלעם איז.
אפשר די הכשר? צו די מחיצות גאר?
My comments are for illustration purposes only, they do not reflect the opinions of the author
נחלתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 11:36 pm

Re: מאנסי האט נישט קיין קעיטערערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחלתי »

פרומע לבוש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 1:42 pm
געשאסן א לאטקע אן קיין דעקונג עס איז דא א פלוס פין קעיטערינג קאמפעניס,
קויפמאנ׳ס
גלאט געשמאק
פאפריקע
גלויבערס
פעלדמאנ׳ס
ועוד ועוד זיי אלע זענן טאפ.

ווייסעך נישט וואס דיין פראבלעם איז.
אז מען שרייבט יא נעמען... איך האב גענוצט גאלדבערגער פון ק''י זייער פיין געווען און פעלדמאן האט געקעטערט א בר מצווה אין סטאלין זאל מעדני מלך.
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: מאנסי האט נישט קיין קעיטערערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

סתם דערשראקן...
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:50 pm
(אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)
יואלפריעדמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 25, 2017 1:10 pm

Re: מאנסי האט נישט קיין קעיטערערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואלפריעדמאן »

פרומע לבוש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 1:42 pm
געשאסן א לאטקע אן קיין דעקונג עס איז דא א פלוס פין קעיטערינג קאמפעניס,
קויפמאנ׳ס
גלאט געשמאק
פאפריקע
גלויבערס
פעלדמאנ׳ס
ועוד ועוד זיי אלע זענן טאפ.

ווייסעך נישט וואס דיין פראבלעם איז.
געווען זייער צופרידן מיט גלויבערס, אמת'דיג שיין אין מענטשליך מיט א ברייטקייט
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2629
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: מאנסי האט נישט קיין קעיטערערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

קודם ווייס איך שוין ווער עס זענען די גוטע קעיטערערס אין מאנסי...
וועלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 22, 2022 3:17 pm
לאקאציע:אינעם טאפ

Re: מאנסי האט נישט קיין קעיטערערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלוועלע »

יוסעלע השלישי האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 1:30 pm
נישט קיין מאנסיאנער דאך שפיר איך מיטלייד
איך בין אויך נישט קיין מיסיאנער
מ'לעבט נאר פאר הונדערט אין צוואנציג יאר!
וועלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 22, 2022 3:17 pm
לאקאציע:אינעם טאפ

Re: מאנסי האט נישט קיין קעיטערערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלוועלע »

פרומע לבוש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 1:42 pm
געשאסן א לאטקע אן קיין דעקונג עס איז דא א פלוס פין קעיטערינג קאמפעניס,
קויפמאנ׳ס
גלאט געשמאק
פאפריקע
גלויבערס
פעלדמאנ׳ס
ועוד ועוד זיי אלע זענן טאפ.

ווייסעך נישט וואס דיין פראבלעם איז.
דער האט אונז סתם אנגעברענגט א קדחת אז אין מאנסי איז נישטא וואס צו עסן, פיין איז דא!
ר' שייעלע בען רעב מוישע!
מ'לעבט נאר פאר הונדערט אין צוואנציג יאר!
זכריהו
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 12:47 pm

Re: מאנסי האט נישט קיין קעיטערערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכריהו »

זייטיגע שאלה: וואס מיינט די אלע וואס באדאנקען א תגובה? אז זיי זענען מודה דערצו? ווייל איך זע 5 באדאנקערייען, און יעדער זאגט אז עס איז נישט אמת.

בכל אופן.

איך קום אסאך מאל צו שמחות אין מאנסי, און דאס איז די ניגון וואס איך הער אייביג בשעת די עסן איז נישט אזוי איי איי איי... ווייס איך נישט וואס דער אמת איז.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6333
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: מאנסי האט נישט קיין קעיטערערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

זכריהו האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 11:17 am
בכל אופן.

איך קום אסאך מאל צו שמחות אין מאנסי, און דאס איז די ניגון וואס איך הער אייביג בשעת די עסן איז נישט אזוי איי איי איי... ווייס איך נישט וואס דער אמת איז.
ווען א פלאץ האט קעיטערערס וועלכע זענען נישט איי איי איי, מיינט נישט אז עס זענען נישט פארהאן קיין גוטע קעיטערערעס , נאר אז יענע בעל שמחה האט פשוט גענומען א נישט גוטע, ודו"ק.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5540
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: מאנסי האט נישט קיין קעיטערערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

זכריהו האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 11:17 am
איך קום אסאך מאל צו שמחות אין מאנסי, און דאס איז די ניגון וואס איך הער אייביג בשעת די עסן איז נישט אזוי איי איי איי... ווייס איך נישט וואס דער אמת איז.
עכט, די נפק”מ איז אז ווען עמיצער מאכט מיך אריינפארן צו די סיטי און דיזי ווערן זוכן פארקינג און צאלן די פארקינג און ספידינג טיקעטס פארן פארן גאנצע 36 מייל פער שעה... זאל מיר יענער בעסער צושטעלן צו עסן.. די סיטי קולטור מיט אבליגעיטן אנדערע איז זייער אפט פארבינדן סאו אפטע מאל מוז איך גאר אדורכגיין די אלע ליידן, סאיז ניטאמאל אפשענעל..

יעצט נעמט מען די מה נשתנה פינגער.. א שמחה אין מאנסי, קודם כל מוזטו נישט קומען.. אז דו קומסט שוין יא קיין אפסטעיט אפרישיעט דעם בעל שמחה פארן אייך ערמעגליכן צו אטעמען פרישערע לופט און נישט די פעלושאן שווארצע סוער לופט.. פארקינג האסטו לרחצה סאו במילה דארף מען קיינעם נישט ”באצאלן” מיט א גוטע מיעל פארן האבן דאס גיהנום פון קומען צו א שמחה.. און בכלל, סאיז גוט אזוי.. איר האט בעצם נישט געמוזט קומען..

ע”ד
לעצט פארראכטן דורך מסתמא אום פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 5:58 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1799
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע:בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: מאנסי האט נישט קיין קעיטערערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

@זכריהו קוקט אויס איז געקומען צופארן א לאנגע וועג מיט טרעפיק און איז אנגעקומען צו א תקנה שמחה...
כ'ווייס נישט וואס ס'באדערט אייך ס'דא פיינע אכילה אין מאנסי (אפשר נאך צו פיין...)
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: מאנסי האט נישט קיין קעיטערערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

כ'קעניש דיסיידן האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 1:46 pm
פרומע לבוש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 1:42 pm

ווייסעך נישט וואס דיין פראבלעם איז.
אפשר די הכשר? צו די מחיצות גאר?
די מחיצות זענען שוואך און מענער לויפן קוקן, דאס איז די פראבלעם דעפענעטלי.
100% זיכער נישט קיין שום ספק
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2563
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע:ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: מאנסי האט נישט קיין קעיטערערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

בין איך אמאל געווען ביי א קידוש פון א באווארפן, און די קידוש איז געווען צוגעשטעלט דורך איינעם קעניג, כגעדענק נישט זיין ערשטע נאמען, געווען גוט צו פרעסן דארטן, אבער כאב נישט קיין אהנונג ווער דער קעניג איז, א געשמאקע יונגערמאן.
דרכונות
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 2:07 pm

Re: מאנסי האט נישט קיין קעיטערערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרכונות »

מענצער פון פאפריקע און שפיצער פון גלאט געשמאק זענען גאר פיינע נייעס געשמאקע נארהאפטיגע עסן, כ'האב נישט קיין אהנונג וואס דער האט געוואלט דא
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4391
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: מאנסי האט נישט קיין קעיטערערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

שוין ב"ה געמאכט א שיינע פאר שמחת דא אין מאנסי אין אפאר אנדערע זאלן און מיט אפאר אנדערע קעיטערערס. אפילו מיט תקנות. אייביג געווען זייער שיין צוגעגרייט. גענוצט גלויבערס שוין ב"ה גאר אסאך אויף אלע מיני שמחות. תנאיים, בר מצוה, פדיון הבן. געווען מורא'דיג צופרידן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4665
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: מאנסי האט נישט קיין קעיטערערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

מסתמא האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 5:48 pm
זכריהו האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 11:17 am
איך קום אסאך מאל צו שמחות אין מאנסי, און דאס איז די ניגון וואס איך הער אייביג בשעת די עסן איז נישט אזוי איי איי איי... ווייס איך נישט וואס דער אמת איז.
עכט, די נפק”מ איז אז ווען עמיצער מאכט מיך אריינפארן צו די סיטי און דיזי ווערן זוכן פארקינג און צאלן די פארקינג און ספידינג טיקעטס פארן פארן גאנצע 36 מייל פער שעה... זאל מיר יענער בעסער צושטעלן צו עסן.. די סיטי קולטור מיט אבליגעיטן אנדערע איז זייער אפט פארבינדן סאו אפטע מאל מוז איך גאר אדורכגיין די אלע ליידן, סאיז ניטאמאל אפשענעל..

יעצט נעמט מען די מה נשתנה פינגער.. א שמחה אין מאנסי, קודם כל מוזטו נישט קומען.. אז דו קומסט שוין יא קיין אפסטעיט אפרישיעט דעם בעל שמחה פארן אייך ערמעגליכן צו אטעמען פרישערע לופט און נישט די פעלושאן שווארצע סוער לופט.. פארקינג האסטו לרחצה סאו במילה דארף מען קיינעם נישט ”באצאלן” מיט א גוטע מיעל פארן האבן דאס גיהנום פון קומען צו א שמחה.. און בכלל, סאיז גוט אזוי.. איר האט בעצם נישט געמוזט קומען..

ע”ד
כווייס נישט פון וועלכע מאנסי די רעדסט, אבער מער מאנסי זאלן האבן נישט קיין פארקינג ווי יא.....
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
זילבענע לייכטער
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2022 2:48 pm
לאקאציע:אין זילבער סטאר
פארבינד זיך:

Re: מאנסי האט נישט קיין קעיטערערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבענע לייכטער »

צום פותח האשכול!!
זאג איר וואוינט אפשער אין מאנסי?
לכבוד מיין 2000 תגובה



די קויפסט דאך במילא דארט, פארוואס זאלסטו נישט מאכן אפאר דאלער אויך??!!
לייג צו די וועבסייט צו דיין קראום און פארדין שיין אויף דיינע אנליין ארדער!!!
ביטע קומען אין אישי פאר פראגען
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”