שנאפס האט געשריבן: איר לינקט צו דעם אשכול
ווייל דא איז די אנדערע פלאץ ווי טשעיס איז אין די נייעס.
--
היטל האקט
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
Chase Bank Limits Cash Withdrawals, Bans International Wire Transfers
Chase Bank has moved to limit cash withdrawals while banning business customers from sending international wire transfers from November 17 onwards, prompting speculation that the bank is preparing for a looming financial crisis in the United States by imposing capital controls.
גאסט האט געשריבן: טשעיס אין די נייעס, מיט זייערע לימיטס
זאל ער קומען האט געשריבן: יאפ איך האב היינט באקומען א בריוו פון טשעס אז מהיום והלאה קען איך מער נישט מאכן קיין אינטערנעשנאל טראנספערס. און אויך קען איך נישט דורך דרייען מער ווי פיפציג אלפים א חודש. זיי שרייבן אויך אז לויט ווי זיי זעען מיין היסטארי וועט עס נישט אפעקטן מיינע דעלי אקטיוועטיעס. דאס הייסט אז נישט מיין היסטארי איז מיין פראבלעם. נאר עפעס אנדערש קאכט זיך. וועל מיר מוזן זיכן ערגעץ אנדערש.
די שאלה איז נאר דא אין ווילי ווער הייסט קליין און איז גוט, אנדערש ווי גיין צו עפעל גיי איך שוין אין גמ"ח.
מחותן האט געשריבן: זעצענדיג מיט יענעם האב איך געשמיסט על דה ודה איבער טשעיס און איבער די נייעס ארום זיי, איך האב אים נישט געוואלט דירעקט פרעגן איבער די טומעל פון אפשפארען אקאונט'ס איך האב נאר גערעדט ארום און ארום, ער גיט מיר א זאג - און מעגליך ער איז נישט גערעכט און זאגט ליגענט - "א טייל מענטשן וועם מיר שיקען אוועק פון דא דארפן זיין העפי אז מיר האבן זיי אוועק געשיקט און נישט אז מיר האלטען זיי און זיי זאלען זיין אויסגעשטעלט צי אונזערע שטרענגע רוגעלאציעס און ריפארטיניג." מעגליך אז דאס איז א טאלקיניג פוינט פון טשעיס אפציענטפערן נעגאטיווע באריכטען ארום זיי, אבער ער טענה'ט אז זיי האבן געוואלדיגע פרעשור פון די גאווערמענט, זיי מיזען זיך צושטעלן און אלע קאסטומערס צאלען א פרייז אויב זיי זענענן נישט שטרענט מיט רוגעלאציעס.
פאטאקי08 האט געשריבן: א שטורעם אין א גלעזל וואסער סך הכל האבן זיי צוטיילט גרעסערע ביזנעס אקאונטס מיט קלענערע
די גרעסערע קענען שיקן קיין אויסלאנד אווי ביז היינט און קענען טוהן מער סערוויסעס בחנם ווי ביז היינט נאר זיי האבן צוגעלייגט א 20 דאללער מאנאטליכן פי (וואס איז דערווייל געדיסקאונטעט פאר די ערשטע 6 חדשים)
און די איבעריגע וואס ניצן עס סייווי נישט וועלן בלייבן אלץ די קלענערע ביזנעס אקאונטס אן א פי
---
מחותן האקט
מחותן האט געשריבן: די בלאט איז געפאלן א קרבן צו די פאלשע קאנספירענסי נייעס, אראפ ברענגדיג פינעם יענעם וועבסייט דריי קאפיס פון צעטליך כאילו עפעס ליגט דערין.
עס איז נאר אינטערסאנט אז דע בלאט שרייבט בתוך הדברים אז מענטשן זענענן געשטאנען מאנטאג ווען עס געווען חאגע מיטען בלאט אין די הענט אריינבליקענדיג נערוועזערהייט אין די טשעיס ברענטש זיך, מיט מורא אז זיי זענענן נעקסט,
די באנק איז געווען אפן מאנטאג, מען קען אריינגיין פרעגן, און דער בלאט האט געזאלט נעמען איינע פון די קאפיס און אריינשיקען עמציען דערמיט און פרעגן הסבר.
לכתחילה אריבער האט געשריבן: #אינסטענט נייעס עפאכע
מחותן האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן: #אינסטענט נייעס עפאכע
נישט גערעכט, ווייל אינסטענט נייעס עפאכע איז גילטיג נאר פאר די נייעס וואס איז הייס אין די פאר שעה וואס האט פארסירט, ווען א מידיא אוטלעט לויפט מיט א נייעס צי זיין די ערשטע און שפעטער שטעלט זיך ארויס אז עס איז פאלטש, דא אבער איז שוין די קאנספירעסי געווען איבער 24 שעה אלט, די בלאט האט שוין געהאט די וועלטס צייט צי מברר זיין צי עס איז אמת אדער נישט, זיי האבן נישט געזאלט עס דריקען אן דעם וואס עס זאל האבן א נערמאלען מקור, און אן דעים וואס זיי זאלן אליינס פראבירען עס מברר צי זיין.
יוםטובערליך האט געשריבן: בס"ד,
דאס האב איך געשריבן אפאר טעג צוריק. די "פעדס" זענען מיט א שרעקליכע מייקראסקאופ אויף טשעיס, דער עולם האט נישט קיין השגה.
זייער דזשעימי דיימאן איז געווען דער ליבלינג פון וואל סטריט, און זעהט אויס וואשינגטאן האט באשלאסן מען דארף אים ווארפן אין דער אדמה. די לעצטע האלבע יאר, בערך, קומט יעדן טאג ארויס פרישע באשולדיגונגען פון די פעדס קעגן טשעיס, מיט נאך הונדערטער מיליאנען אדער גאר ביליאנען וואס זיי וועלן דארפן צאלן קנס.
היינט אליינס איז געווען די נייעס פון א 120 מיליאן סעטלמענט וועגן די "לאנדאן וועיל" טרעידינג וואס האט זיי געקאסט א שאדן פון 5 ביליאן דאלאר. און דאס איז נישט גענוג, האסט געהאט שאדן פינעף ביליאן, יעצט צאל קנס פאר'ן אריינפאלן אין אזא פלאפ...
בקיצור, יעדע פעדעראלע אגענטור וואס האט א שייכות מיט באנק און פינאנץ, האט זיך ארויפגעזעצט אויף די קעפ פון טשעיס אן רחמנות כלשהו, און די באנק ציטערט אין די הויזן.
מחותן האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן: #אינסטענט נייעס עפאכע
נישט גערעכט, ווייל אינסטענט נייעס עפאכע איז גילטיג נאר פאר די נייעס וואס איז הייס אין די פאר שעה וואס האט פארסירט, ווען א מידיא אוטלעט לויפט מיט א נייעס צי זיין די ערשטע און שפעטער שטעלט זיך ארויס אז עס איז פאלטש, דא אבער איז שוין די קאנספירעסי געווען איבער 24 שעה אלט, די בלאט האט שוין געהאט די וועלטס צייט צי מברר זיין צי עס איז אמת אדער נישט, זיי האבן נישט געזאלט עס דריקען אן דעם וואס עס זאל האבן א נערמאלען מקור, און אן דעים וואס זיי זאלן אליינס פראבירען עס מברר צי זיין.