kyshtiperהאט געשריבן:↑דינסטאג אוגוסט 29, 2023 11:04 pm
מיין חבר האט דאס שוין פאר אפאר וואכן, ס'האט די וועד הקהילות לאגא אינגרעיוועד אין די בעק, ער זאגט אז די פאר וואכן וואס ער ניצט עס איז ער זיך מחיה דערמיט
ווי איך פארשטיי איז זייער ציל אנצופילן דעם חלל וואס איז דא ביי פליפ פאונס. סאיז נישט קיין סוד אזסאיז נישטא קיין איין נארמאלע כשרע פאוןאויף די מארקעטוואס מקען געהעריג נוצן. די איינציגסטע עצה איזביז יעצט געווען צו כשר מאכן סמארטפאונס וואס די רבנים און קהילות האבן נישט געגליכן דעם מהלך.
מען איז שוין אויסגעוואקסן די "הספר שכל גדולי ישראל מחכים לו" פראפאגאנדע. ווען מענטשן זעען אזא סארט שפראך גייען זיי גלייך אריין אין אויטא רידזשעקט.
אלזא, וואלט פינאנץ מיניסטער געשריבן אין די קעפל "ערשטע אפראווטע פליפ פאון מיט סמארטפאון באקוועמליכקייטן" און אין די תגובה "קומט אריין די נייעס אז די באקאנטע גאר גוטע פיג פליפ 2 קומט ארויס אין א כשר'ע ווערסיע" וכדו', וואלטן די נאכפאלגנדע תגובות געווען אסאאאאך פאזיטיווער. ער האט אבער געשריבן אנדערש, ויצא העגל הזה.
אבער לאמיר מאכן א שטיקל סך הכל פון די תגובות דא. אנשטאט די ביז היינטיגע "כשר געמאכטע סמארטפאונס" איז מען געגאנגען כשר מאכן די פיג פליפ 2 סמארטפאון? כ'האב עס ארויס?...
מען שרייבט אז מר. פיג מאכט עס גאר, קוקט אויס אז אין די פעקעדזש קומט מיט זיין מהלך פון פראפאגאנדע. פאר ווער עס געדענקט די "געבוירן כשר" וואס ער האט געשריבן אויף זיין קווין, וואס נישט עס ארבעט אין אמעריקע און נישט עס איז כשר...
ביסט גערעכט מיט די גאנצע דרשה, אבער איך בין יא מסכים אז א גוטע קעמרע איז א שטארקע פלאס פאר א פליפ פאון, איך האב די e4610, וואס האט גראדע נישט קיין שלעכטע קעמרא וואס איך ניץ אפט, אבער עס איז דאך נישט די בעסטע.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אייגנארטיגהאט געשריבן:↑מיטוואך אוגוסט 30, 2023 10:30 am
פיג איז א גאר גוטע פאון (אויסער אפאר פראבלעמען וואס וועלן זיך האפנטליך פארעכטן בקרוב) איי געס פאם איז ארויס פאר די קהלות וואס אסר'ן פיג. דערווייל זעט זיך אן די פיג וואס מער ביים ציבור, און כנראה ווערט עס מער און פאפולער און ס'לויפט כסדר אויס פון די געשעפטן. (כ'האב נישט קיין אנונג פארוואס דער פראדיצירט נישט גענוג אויף אמאהל)
איך ווייס נישט וואו דו דרייסט דיך, אבער איך זע נישט די פאון ווי גרויס די יאר איז. די פאון וואס איך זע די מערסטע זיך פארשפרייטן ביים היימישן ציבור איז די קווין פאון.
אינגעלעהאט געשריבן:↑מיטוואך אוגוסט 30, 2023 12:29 pm

קווין איז די מאסט פאפאלער פאון ביי פאר!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל. עס וועט זיי נאך באַנק טאָן די נצחונות!
i have it already for 2 weeks it is an amazing phone fast clear and sharp great camera large screen zemanim set based your area code, Hebrew calendar Hebrew and touch keyboread jewish songs ringtones NO SD NO VIDEO NO any other apps
= שומר ישראל שמור שארית ישראל = איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל... אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!