לְהַחְזִיר עֲטָרָה לְיוֹשְׁנָהּ; שטייט אויף לעבודת הבורא...

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

לְהַחְזִיר עֲטָרָה לְיוֹשְׁנָהּ; שטייט אויף לעבודת הבורא...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

ישראל עם קדושים,
שטייט אויף צו סליחות,
שטייט אויף לעבודת הבורא...

עורו נא,
התעוררו נא,
עומדו נא,
התייצבו נא,
כי לכך נוצרת...

דאס זענען געווען די מעלאדיע קלאנגען, וואס זענע רעגלמעסיג געהערט געווארן אין די פרי בעגינען שטונדן, אין דער אלט-היימישער שטעטעלע ווען דער קהל'ישע שמש האט געשפאנט זיינע טריט פון הויז צו הויז, און מיט האמער'ל געקלאפט אויפן שויב, ערוועקנדיג אירע איינוואוינער זיך אויסצובעטן א גוט יאר

זיין הארמאנאטישער שטימע וואס האט אפגעהילכט אין די פינסטערע גאסן, צום בלאסן שיין פון די לבנה, האט אריינגעדרינגען אין די הערצער פון די אנטשלאפענע פאמיליע מיטגלידער, וואס האבן זיך תיכף ערוועקט מיט ערציטערטע הערצער, און פלינק איינגעהילט אין א דיקע פעלענע ראק, זיך צו באהיטן פונעם קילן אלול-ווינטל, און פאטער-און-קינד האבן פארלאזט דעם אלטן כאטקע און געריכטעט די טריט צום ריכטונג פונעם שטאטישן קלויז, אין די וויילע וואס די פריע שטראלן וואס האבן זיך נארוואס אנגעהויבן שפראצן אויפן וויטן האריזאנט, און אט הערט זיך די פעסטע שטימע פונעם חזן ווי ער הייבט אן מיט א בעטנדע שטימע דעם "אשרי יושבי ביתך"...
***
ועתה חסרנו כל אלה...
אין צוואנסטיגטן יארע הונדערט, אין די ברויזנדע ניו יארקער גאסן, צופיסנס פון די הויכשטאקיגע וואלקן-קראצער-טורעמס איז נישט אויספירבאר אזאנע געדאנקען.

אבער פאלט מיר ביי, אז ענליכס צו אזא געדאנק, א מעין דמעין, איז יא שייך אויסצופירן.

דער היינטיגער שמש איז שוין דיגיטאליזירט געווארן אין א פאכמאשינער וועקער-זייגער, וואס מיט זיינע ציינדלעך טוט ער אויספירן דעם ארבעט פון זיין פארגייער דער קלאפער'ל. אויב אזוי היינט בימינו אלה קעם מען אים שוין צוגעבן נאך א שטעלע, צו לאזן הערן דעם הארציגן שטימע און ערוואכן דעם פאשלאפענעם הארץ... דעם אלטער שמש'נס הארציגקייט קעם מען נישט רעפלאצירן, אבער וואס מיר קענעם יא ערמעגליכן, פארוואס זאלן מיר דאס נישט אויספירן?
***

פאלגנד זענען עטליכע צוטאטן וואס איך האב ספעציעל אויסגעשניטן פאר דעם צוועק, געאייגנט ארויפצולאדענען אויפן טעלעפאון-אלארם-קלאנגען, לתועלת הרבים.

ירמי' דמן

אפרים מארקאוויטש

קינדערלעך

מיט א פארצייטישער חן

נאך א פארצייטישער חזן

***
מער איבער דעם פארצייטישן מנהג,איז שוין מבואר במ"א , עיי"ש ותמצא נועם.
אגב, אויף איינער פון די רעקארדירונגען זאגט דער רעפעראטור אז דער תנועה'לע האט מען געזינגען אין מעזריטש ביים הייליגן מגיד. פינג @סטאוו
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע:ווי נישט?

Re: לְהַחְזִיר עֲטָרָה לְיוֹשְׁנָהּ; שטייט אויף לעבודת הבורא...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

שטארקע געדאנק!
נאך אלעם איז ר' ירמי'ס נאך די שענסטע!
אה.... ר' ירמי'ס יונגע שטארקע שטימע!
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: לְהַחְזִיר עֲטָרָה לְיוֹשְׁנָהּ; שטייט אויף לעבודת הבורא...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

תולה ארץ האט געשריבן:
שטארקע געדאנק!
נאך אלעם איז ר' ירמי'ס נאך די שענסטע!
אה.... ר' ירמי'ס יונגע שטארקע שטימע!
יא ביי מיר די וועקער זייגער איז שוין אפאר יאר ביי סליחות טעג, ר' ירמי'ס שטייט אויף צו סליחות.
אוועטאר
אפגעגאלט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: לְהַחְזִיר עֲטָרָה לְיוֹשְׁנָהּ; שטייט אויף לעבודת הבורא...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

יישר כח
באנאנא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע:אין די אידישע וועלט

Re: לְהַחְזִיר עֲטָרָה לְיוֹשְׁנָהּ; שטייט אויף לעבודת הבורא...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

אגב, די באבובער רב שליט"א זינגט עס פאר עטליכע מאל ביים טיש ליל שב"ק, פון שבת סליחות ביז נאך יום כיפור.
דער רב זינגט עס פאר בנעימה יתירה "אידעלעך אידעלעך הייליגע כשר'ע אידעלעך, שטייטס אויף שטייסט אויף צו עבודת הבורא" און עס ווערט נאכעפאלגט מיט א תנועת התעוררות וואס מען האט צוגעפאסט דערצו.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: לְהַחְזִיר עֲטָרָה לְיוֹשְׁנָהּ; שטייט אויף לעבודת הבורא...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

באנאנא האט געשריבן:

איז עס דא אראפגעשפילט?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

באנאנא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע:אין די אידישע וועלט

Re: לְהַחְזִיר עֲטָרָה לְיוֹשְׁנָהּ; שטייט אויף לעבודת הבורא...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
באנאנא האט געשריבן:
אגב, די באבובער רב שליט"א זינגט עס פאר עטליכע מאל ביים טיש ליל שב"ק , פון שבת סליחות ביז נאך יום כיפור.
דער רב זינגט עס פאר בנעימה יתירה "אידעלעך אידעלעך הייליגע כשר'ע אידעלעך, שטייטס אויף שטייסט אויף צו עבודת הבורא" און עס ווערט נאכעפאלגט מיט א תנועת התעוררות וואס מען האט צוגעפאסט דערצו.
איז עס דא אראפגעשפילט?
דורך א גוי?
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1691
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: לְהַחְזִיר עֲטָרָה לְיוֹשְׁנָהּ; שטייט אויף לעבודת הבורא...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

תולה ארץ האט געשריבן:
שטארקע געדאנק!
נאך אלעם איז ר' ירמי'ס נאך די שענסטע!
אה.... ר' ירמי'ס יונגע שטארקע שטימע!
פאר די רעקארד, די אויבנגעברענגטע דרייב מיטן נאמען ירמיה דמן איז דוד פינחס ראטה אויפן אלבוים מיטן גאנצן הארץ

ירמיהס איז די דאזיגע https://www.dropbox.com/s/zspf299m9qdtb ... A.mp4?dl=0
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: לְהַחְזִיר עֲטָרָה לְיוֹשְׁנָהּ; שטייט אויף לעבודת הבורא...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

באלד שטייט מען שוין אויף
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”