שיינע כלים פאר די שבת טיש - נישט זילבער!
קודם-כל, איך פרעג פאר א חבר - פארשטייט זיך.
מיין חבר, א טייערע יונגערמאן, וויל קויפן שיינע כלים פאר זיין שבת'דיגע סעודה. ער גלייכט א רייכע שבת'דיגע סעודה מיט שיינע כלים, צו באשיינען דעם שבת.
דער פראבלעם איז, אז זיין אשת חבר טענה'ט אז זילבער איז נישט פראקטיש פאר איר, מען דארף עס פוצן און אכטונג געבן אז עס זאל נישט ווערן אלט. זי זאגט אז עס איז פאר איר א גרויסע טירחא צו האלטן. עס קומט אויס - טענה'ט מיין חבר, אז די שבת'דיגע סעודה קוקט אויס זייער פארארעמט, וויבאלד עס געפינט זיך נישט קיין לייטישע שטיקל זילבער אויפן טיש.
ער וויל דאס פארבעסערן.
ער פרעגט, וואו מען קען קויפן שיינע שבת'דיגע כלים פאר די טיש, אבער נישט קיין זילבער, אבער ס'זאל נאכאלס זיין גענוג רייך און שיין.
עצות, קענט איר זיך ווענדן דא אדער אין אישי.