א בריוו צו דיר מיין ליבער גאט.

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

עם הארץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am

א בריוו צו דיר מיין ליבער גאט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם הארץ »

א בריוו צו דיר מיין ליבער גאט.
עס איז אויף מיר אריבער נאך א יאר אין מיין לעבן, א שליחות אויף וואס די האסט מיר דא אראפגעשיקט, וויל איך מיר פאר דיר עפענען און ארויסלייגן פאר דיר מיין הארץ.

ראשית כל וויל איך דיר זאגן שכח פאר די יאר וואס עס איז אויף מיר אריבער. איך דאנק דיר אויף אלע מתנת חינם וואס די האסט מיר געגעבן. אילו פינו מלא שירה כים ולשוננו רינה כהמון גליו אין אנחנו מספיקים להודות לך. דיו אילו ימי איז נישט שייך אויסצורעכענען את כל הטוב שגמלנו, ווייל על כל נשימה ונשימה תהלל קה. די באגלייט׳סט דאך מיר יעדע רגע.

עד הנה עזרינו רחמיך השם אלוקינו בעט איך דיר ואל תטשינו. איך בעט דיר גיב מיר ווייטער.

טאטע, און די פארגאנגענהייט ווען איך פלעג בעטן פון דיר פלעג איך מתפלל זיין מיט דיטעילס וואס איך קוק ארויס צו באקומען פון דיר. אבער נאך זען וויפיל די געסט מיר כסדר פון אינגאנצן אנדערע directions פון וואס איך האב געטראכט, און נאך פיל מיר ווי איך בעט. בעט איך דיר נאר טאטע, הראנו השם חסדיך, ווייז מיר וויטער נאך חסדים, און הראנו חסדיך מען זאל זען מיט די אויגן אז עס איז חסדים.

באשעפער איך וויל מיט דיר אויך אויסשמועסן אונזער רילעשענשיפ. איך שפיר מיר זייער פארשעמט פון דיר. עס טוט מיר וויי ווי איך שטיי מיט מיין חלק פון צוריק געבן פאר דיר. איך שעם מיר צו טראכטן פון דעם. ווען איך וואלט ווען באמת פרובירט די בעסטע וואלט איך מיר כאטשיג געטרייסט, אבער איך שעם מיר צו זאגן אז דאס אויך נישט.
טאטע זאלסט אבער נישט מיינען אז איך וויל נישט. איך וויל באמת זיין גוט אבער סגייט מיר פשוט נישט. איך טריי נאכאמאל און נאכאמאל אבער איך פאל דורך יעדעס מאל. באמת וואלט איך פון דעם געווארן זייער צובראכן און ח״ו אויפגעגעבן, אבער עס איז מיר א נחמה ווען איך קוק אריין און דיין תורה און איך זעה ווי די הייליגסטע וואס עס נאר סיי ווען געווען האבן אויך דורכגעפאלן (כפי דרכם והשיגתם). עס געט מיר די געפיל אז די האסט דאס בדווקה געמאכט אזוי, מיר צו לערנען אז דורכפאל איז נישט וואס דיר דריקט, פארקערט גאר, כל זמן מען איז זיך מקבל פון פריש איז עס גאר א חלק פון די journey.
וויל איך דיר זאגן ליבער טאטע, די ווייסט דאך ווי שטארק איך וויל. הגם איך פאל כסדר דורך, אבער די זעסט מיין הארץ, מיין נשמה. מיין נשמה איז א חלק פון דיר און ער ציט נאר צוריק צו דיין ריכטונג. בעט איך דיר טאטע העלף מיר עס זאל מיר אנקומען גרינגער. ווייל כי אם לאהבה וליראה את שמך.
ובהאי שעתה וויל איך דיר טאטע בעטן פאר מיינע ברידער מאב אחד, מיין הארץ איז צופליקט פון זען וואס עס טוט זיך אפ. (איך וויין..). באשפער ווי קענסטו דאס צוקוקן. טאטע דיין פאלק ישראל האלט עס נישט אויס. איך בעט דיר תקע בשופר גדול לחירותינו… והשב שכינתך… טי עס פאר דיר, עשה למענך… בלאז דיין שופר ווייל מיר האלטן מער נישט אויס משיח בן דוד קום לייז אונז שוין אויס.
לעצט פארראכטן דורך עם הארץ אום פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 11:40 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: א בריוו צו דיר מיין ליבער גאט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

דאס איז א איד וואס לעבט מיט'ן אמת!!!
אוועטאר
פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 2:21 pm

Re: א בריוו צו דיר מיין ליבער גאט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטיין »

פון הארץ ארויס

זייער שיין
זיי פאזעטיוו, וועט דיר גארנישט פעלן.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7002
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: א בריוו צו דיר מיין ליבער גאט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

הארציג!!

דאס איז אידיש טייטש פון די הארציגע תפלות וואס מען האט זיך היינט אויסגעבעטן די לעצטע חלק פון סליחות. מען שמועסט זיך אויס מיט אונזער טאטן מיט א אפענקייט...

רבש"ע זיי שוין מקבל אונזערע בקשות! ותקבל ברחמים וברצון ארשת שפתינו.
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7134
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: א בריוו צו דיר מיין ליבער גאט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

אוי ווי לעכטיג, כן ירבו בישראל

א כתיבה וחתימה טובה פאר דיר, פאר אלע חברים דא און פאר גאנץ כלל ישראל. א זיס לעכטיג לעבן, מיט דביקות און געגועים, מיט שמחה און מנוחה, מיט געזונט נחת און געלט עד ביאת הגואל
אני הוא הנער, נער המדבר
עם הארץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am

Re: א בריוו צו דיר מיין ליבער גאט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם הארץ »

בניהו האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 2:00 pm
אוי ווי לעכטיג, כן ירבו בישראל

א כתיבה וחתימה טובה פאר דיר, פאר אלע חברים דא און פאר גאנץ כלל ישראל. א זיס לעכטיג לעבן, מיט דביקות און געגועים, מיט שמחה און מנוחה, מיט געזונט נחת און געלט עד ביאת הגואל
ישר כח פאר די ווארעמע ברכות. וכן למר.
כתיבה וחתימה טובה. די שפע זאל דיר דערגרייכן און אלע אפטיילונגען פון דיין לעבן.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 22825
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: א בריוו צו דיר מיין ליבער גאט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

ישר כח פארן אראפשרייבן, גאר אמתדיג און הארציגע.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
עס וועט זיי נאך באַנק טאָן די נצחונות!

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”