לשון הקודש׳דיגע ווערטער אין אידיש בלשון רבים

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

גרשון האט געשריבן: איך האב קיינמאל נישט געזען שיקצע, מיט א צ'. אפילו אויב יא, איז עס פונקט אזוי פארדרייט -- אויב "שקצה" איז בכלל אן אויסגעהאלטן ווארט אין לשון-קודש.

איך כאפ נישט פארוואס דו זאגסט נאך אלץ שקצה איז פארדרייט, אז דו ווייסט שוין אז שגץ איז נישט קיין ניי ערפינדענע ווארט אין דייטש, נאר עס קומט פון שקץ פון פסוק, וכמאמר חז"ל על גופם כיון שאכלו שקצים, וכל בשריהם וכו', שיקצע איז אן אלט באקאנט ווארט און דער פארגייער פון שיקסע, אין אר"י דאכט זיך זאגן זיי נאך אזוי עד היום, און אז שקץ איז א תואר לז' איז שקצה לנ'. ופשוט.
לעצט פארראכטן דורך loyodea אום דינסטאג פעברואר 09, 2021 2:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5272
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אין אידיש זענען דא פארשידענע לשון קודש'דיגע ווערטער וואס שטימען נישט געהעריג עפ"י דקדוק. ס'איז אלץ א שאלה ביי אידישע שרייבערס וויפיל דקדוק לשה"ק דארף שפילן א ראלע ווען מ'שרייבט אין אידיש.

לאמיר זען איין קאטעגאריע פון זאכווערטער, אזעלכע וואס זענען צוזאמגעשטעלט פון צוויי ווערטער (compound noun), ווען טעכניש איז דאס ערשטע א זאכווארט און דאס צווייטע אן אדיעקטיוו. גראדערהייט אין לשון קודש קומט אין אזא פאל צו לייגן דעם לשון רבים נאר אויפ'ן ערשטן ווארט: איין בית כנסת, צוויי בתי כנסת; איין בית המקדש, צוויי בתי מקדש.

במציאות וועלן מיר יא טרעפן אין חז"ל אז מ'לייגט די מערצאל אויף ביידע ווערטער: בתי כנסיות, בתי מקדשות. למעשה קען מען נישט זאגן אז ס'איז אומריכטיג אזוי, ווייל ווען די הייזער דאפלען זיך, ווערט אויך מער די צאל ערטער פון כנסת אדער מקדש.

ענליך צו דעם איז בעל תפילה און בעל הבית. מצד אחד קען מען זאגן אז יעדע תפילה אדער הויז פארמאגט נאר איין אייגנטימער, ממילא איז דער ריבוי נאר חל אויפ'ן בעל, און ס'דארף זיין בעלי תפילה, בעלי בית. אבער מ'קען עס אויך באטראכטן אז אונטערשטע שורה איז מען דא כולל אסאך תפילות און אסאך הייזער, ממילא איז יא פאסיג צו זאגן בעלי תפילות, בעלי בתים. דאס זעלבע איז מיט בעל עגלה, בעל מופת, בעל דין, בעל שמחה, בעל חי, בעל מלאכה, אא"וו.

ביי טייל ווערטער וואס פאנגען זיך אן בעלאיז עס מעיקרא גרייזיג. א ביישפיל איז בעל קורא, אדער בעל דרשן. בשלמא א בעל תפילה איז כאילו דער אייגנטימער פון דער תפילה וואס ער דאוונט פאר'ן עמוד, אבער וואס איז שלעכט צו זאגן סתם קוראאדער דרשן? אזוי ווערן זיי פאקטיש אנגערופן אין חז"ל און די פוסקים. און וואס אזוינס וואלט שלעכט געווען אז דער וואס בלאזט שופר איז גלאט אזוי א תוקע?

דאס לייגט צו א קנייטש צו דער קאמפליקאציע. ווייל יעצט איז שוין נישט אזוי פשוט אז בעלי תוקעאדער בעלי קוראוועט גוט זיין, סיידן מ'רעדט פון אייגנטימערס פונעם קורא דגר. וויאזוי יא? בעל דרשן וועט מסתמא ווערן בעלי דרשנים, אבער בעלי תוקעים און בעלי קוראים האט אידיש משום מה גע'פסל'ט, הגם תוקעיםאון קוראיםוואלטן געווען פערפעקט דקדוק גערעדט. דא מוז מען מסתמא אפירשלעפן דעם -ס סופיקס: בעל קורא'ס, בעל תוקע'ס. אנדערע וואלטן דא אויך געשריבן בעלי. גיי באשליס ווען קיין איינס איז נישט נאנט צו ריכטיג.

מאנכע זענען אויפגעקומען צו מאכן דעם בעל דא לעגיטים, דורכ'ן טוישן פון תוקע/קורא צו תקיעה/קריאה. ס'הייסט, א בעל קריאה, נישט א בעל קורא, פונקט ווי א מתפלל קען זיין א בעל תפילה. איי, פארוואס זאגן זיי נישט בעל דרשה? וועט מען מוזן זאגן אז א בעל קריאה איז נאטירליך מער עוסק אין דקדוק ווי א דרשן.

יעצט לאמיר זען נאך א סוג ווערטער, אזעלכע וואס דער מערצאל פארעם קלעבט בכלל נישט אויפ'ן צווייטן ווארט. א שטייגער ווי דין תורה. מיר פארמאגן נאר איין תורה, און זי גיבט אונז אסאך דינים. אלזא, פון איין דין תורה דארף ווערן צוויי דיני תורה, ד"ה צוויי דינים וואס די תורה גיבט אונז. אבער ווי איז שייך צו לייגן א לשון רבים אויף תורה?

מ'קען דעריבער זאגן גאנץ קלאר אז דין תורותאדער דיני תורותאיז גרייזיג. נאר וואס, היות ס'איז געווארן א צוזאמגעשטעלט זאכווארט, איז עס ווי א ניי ווארט, אומאפהענגיג פון דין. ממילא אז איינער וויל צולייגן דעם אידישן סופיקס -ס, איז נישט כדאי צו פירן דין תורה'סמיט אים. אבער דער לשון-קודש'דיגער סופיקס -ות איז עפעס וואס קומט נישט אריין על פי דקדוק. דאס זעלבע איז אויך מיט בר מצוה, בר מזל, בעל גאווה, בר דעת, און נאך.

נאר אז איינער וועט קוקן אין א יידישן ווערטערבוך, וועט ער יא זען דין תורותאון בר מצוות. אפנים, ווען מ'האט געמאכט די ווערטער האט דקדוק נישט געהאט א שטימע.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

תגובה דורך יחליצך »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 3:50 pm
איי, פארוואס זאגן זיי נישט בעל דרשה? וועט מען מוזן זאגן אז א בעל קריאה איז נאטירליך מער עוסק אין דקדוק ווי א דרשן.
גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 3:50 pm
ממילא אז איינער וויל צולייגן דעם אידישן סופיקס -ס, איז נישט כדאי צו פירן דין תורה'סמיט אים.

א הערליכע שקלא וטריא! (דא קומט אריין 'קודאס'? וואס מיינט עס?)
הלואי נאך אזוינע אפהאנדלונגען (שטייגט באלד איבער די "מאמע לשון" ארטיקלען) .

אגב, הוא הדין מיט תלמוד תורה'ס/תורות / תלמודי תורה
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3107
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 3:50 pm
אין אידיש זענען דא פארשידענע לשון קודש'דיגע ווערטער וואס שטימען נישט געהעריג עפ"י דקדוק. ס'איז אלץ א שאלה ביי אידישע שרייבערס וויפיל דקדוק לשה"ק דארף שפילן א ראלע ווען מ'שרייבט אין אידיש.

לאמיר זען איין קאטעגאריע פון זאכווערטער, אזעלכע וואס זענען צוזאמגעשטעלט פון צוויי ווערטער (compound noun), ווען טעכניש איז דאס ערשטע א זאכווארט און דאס צווייטע אן אדיעקטיוו. גראדערהייט אין לשון קודש קומט אין אזא פאל צו לייגן דעם לשון רבים נאר אויפ'ן ערשטן ווארט: איין בית כנסת, צוויי בתי כנסת; איין בית המקדש, צוויי בתי מקדש.

במציאות וועלן מיר יא טרעפן אין חז"ל אז מ'לייגט די מערצאל אויף ביידע ווערטער: בתי כנסיות, בתי מקדשות. למעשה קען מען נישט זאגן אז ס'איז אומריכטיג אזוי, ווייל ווען די הייזער דאפלען זיך, ווערט אויך מער די צאל ערטער פון כנסת אדער מקדש.

ענליך צו דעם איז בעל תפילה און בעל הבית. מצד אחד קען מען זאגן אז יעדע תפילה אדער הויז פארמאגט נאר איין אייגנטימער, ממילא איז דער ריבוי נאר חל אויפ'ן בעל, און ס'דארף זיין בעלי תפילה, בעלי בית. אבער מ'קען עס אויך באטראכטן אז אונטערשטע שורה איז מען דא כולל אסאך תפילות און אסאך הייזער, ממילא איז יא פאסיג צו זאגן בעלי תפילות, בעלי בתים. דאס זעלבע איז מיט בעל עגלה, בעל מופת, בעל דין, בעל שמחה, בעל חי, בעל מלאכה, אא"וו.

ביי טייל ווערטער וואס פאנגען זיך אן בעלאיז עס מעיקרא גרייזיג. א ביישפיל איז בעל קורא, אדער בעל דרשן. בשלמא א בעל תפילה איז כאילו דער אייגנטימער פון דער תפילה וואס ער דאוונט פאר'ן עמוד, אבער וואס איז שלעכט צו זאגן סתם קוראאדער דרשן? אזוי ווערן זיי פאקטיש אנגערופן אין חז"ל און די פוסקים. און וואס אזוינס וואלט שלעכט געווען אז דער וואס בלאזט שופר איז גלאט אזוי א תוקע?

דאס לייגט צו א קנייטש צו דער קאמפליקאציע. ווייל יעצט איז שוין נישט אזוי פשוט אז בעלי תוקעאדער בעלי קוראוועט גוט זיין, סיידן מ'רעדט פון אייגנטימערס פונעם קורא דגר. וויאזוי יא? בעל דרשן וועט מסתמא ווערן בעלי דרשנים, אבער בעלי תוקעים און בעלי קוראים האט אידיש משום מה גע'פסל'ט, הגם תוקעיםאון קוראיםוואלטן געווען פערפעקט דקדוק גערעדט. דא מוז מען מסתמא אפירשלעפן דעם -ס סופיקס: בעל קורא'ס, בעל תוקע'ס. אנדערע וואלטן דא אויך געשריבן בעלי. גיי באשליס ווען קיין איינס איז נישט נאנט צו ריכטיג.

מאנכע זענען אויפגעקומען צו מאכן דעם בעל דא לעגיטים, דורכ'ן טוישן פון תוקע/קורא צו תקיעה/קריאה. ס'הייסט, א בעל קריאה, נישט א בעל קורא, פונקט ווי א מתפלל קען זיין א בעל תפילה. איי, פארוואס זאגן זיי נישט בעל דרשה? וועט מען מוזן זאגן אז א בעל קריאה איז נאטירליך מער עוסק אין דקדוק ווי א דרשן.

יעצט לאמיר זען נאך א סוג ווערטער, אזעלכע וואס דער מערצאל פארעם קלעבט בכלל נישט אויפ'ן צווייטן ווארט. א שטייגער ווי דין תורה. מיר פארמאגן נאר איין תורה, און זי גיבט אונז אסאך דינים. אלזא, פון איין דין תורה דארף ווערן צוויי דיני תורה, ד"ה צוויי דינים וואס די תורה גיבט אונז. אבער ווי איז שייך צו לייגן א לשון רבים אויף תורה?

מ'קען דעריבער זאגן גאנץ קלאר אז דין תורותאדער דיני תורותאיז גרייזיג. נאר וואס, היות ס'איז געווארן א צוזאמגעשטעלט זאכווארט, איז עס ווי א ניי ווארט, אומאפהענגיג פון דין. ממילא אז איינער וויל צולייגן דעם אידישן סופיקס -ס, איז נישט כדאי צו פירן דין תורה'סמיט אים. אבער דער לשון-קודש'דיגער סופיקס -ות איז עפעס וואס קומט נישט אריין על פי דקדוק. דאס זעלבע איז אויך מיט בר מצוה, בר מזל, בעל גאווה, בר דעת, און נאך.

נאר אז איינער וועט קוקן אין א יידישן ווערטערבוך, וועט ער יא זען דין תורותאון בר מצוות. אפנים, ווען מ'האט געמאכט די ווערטער האט דקדוק נישט געהאט א שטימע.
וויאזוי קען מען פארגעסן פונעם "בעל מחבר ספר"? (וואס מיינט אז דיין ווייב האט געשריבן א ספר)....
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 3:50 pm
אין אידיש זענען דא פארשידענע לשון קודש'דיגע ווערטער וואס שטימען נישט געהעריג עפ"י דקדוק. ס'איז אלץ א שאלה ביי אידישע שרייבערס וויפיל דקדוק לשה"ק דארף שפילן א ראלע ווען מ'שרייבט אין אידיש.
זייער קלאר און געשמאק געשריבן, ש'כח!

לויט דיר שרייבט מען דין תורה'סאון ספרי תורות, שטימט?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5272
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

היסטאריש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 7:52 am

לכאורה.

אבער וואס טוט זיך מיט הכנסת ספר תורה? אויב איז עס א געהעריגער לשון רבים, וואלט הכנסות אויך געדארפט ווערן געדאפלט, דורכ'ן לייגן א ו'. דערפאר וואלט הכנסת ספר תורות געווען אביסל שטומפיג. דאס זעלבע איז מיט (להבדיל) עבודה זרות.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 1:04 pm

יא יא, אויסער אויב מאכט מען איין הכנסת ספר תורהפאר עטליכע ספרי תורות. וועט מען שרייבן עבודי זרה? בכלל, מ'שרייבט עבודתאלילים און עבודתגילולים, פארוואס עבודהזרה?

מסתמא אויך ריכטיג צו שרייבן תלמודי תורה.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5272
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

לכאורה וואלט געקומען עבודות זרות. דער -ות סופיקס ווערט נישט קיין י' אין סמיכות.

מ'קען אבער זיך אלץ אן עצה געבן דורך צולייגן דעם אידישן -ס.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 5:07 pm
לכאורה וואלט געקומען עבודות זרות. דער -ות סופיקס ווערט נישט קיין י' אין סמיכות.

מ'קען אבער זיך אלץ אן עצה געבן דורך צולייגן דעם אידישן -ס.
פארוואס נישט עבודות זרה? זיי זענען אלע דאס זעלבע פרעמד.

געצנדינער זענען עובדי זרה אדער עובדי עבודה זרה?
לעצט פארראכטן דורך היסטאריש אום דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 5:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
לעצטע ווארט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 23, 2023 1:01 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעצטע ווארט »

היסטאריש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 5:11 pm
גרשון האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 5:07 pm
לכאורה וואלט געקומען עבודות זרות. דער -ות סופיקס ווערט נישט קיין י' אין סמיכות.

מ'קען אבער זיך אלץ אן עצה געבן דורך צולייגן דעם אידישן -ס.
געצנדינער זענען עובדי זרה אדער עובדי עבודה זרה?
עובדי
לא עליך המלאכה לגמור
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

לעצטע ווארט האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 5:12 pm

נעה.
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

לעצטע ווארט האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 5:12 pm
היסטאריש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 5:11 pm
גרשון האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 5:07 pm
לכאורה וואלט געקומען עבודות זרות. דער -ות סופיקס ווערט נישט קיין י' אין סמיכות.

מ'קען אבער זיך אלץ אן עצה געבן דורך צולייגן דעם אידישן -ס.
געצנדינער זענען עובדי זרה אדער עובדי עבודה זרה?
עובדי
*עובדי עבודה זרה
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יחליצך האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 10:44 pm

לאמר גיין צום יחיד, פארוואס איז דער געצנדינער אן עובד עבודה זרה און נישט קיין עובד זרה? דער בעל דרשן איז זיכער נישט קיין בעל דורש דרשה.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3107
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

היסטאריש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 12:33 am

אויב עפעס א עובד זר.

Mezofzef האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:01 am

פארוואס נישט עבודה זר?

ווייל ער דינט נישט קיין זרה, נאר עבודה זרה
(קענסט אפשר פרובירן אראפצולייגן דיין קושיא אנדערש)

יחליצך האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 7:36 pm
היסטאריש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 12:33 am
יחליצך האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 10:44 pm
לעצטע ווארט האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 5:12 pm
היסטאריש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 5:11 pm

געצנדינער זענען עובדי זרה אדער עובדי עבודה זרה?
עובדי
*עובדי עבודה זרה
לאמר גיין צום יחיד, פארוואס איז דער געצנדינער אן עובד עבודה זרה און נישט קיין עובד זרה? דער בעל דרשן איז זיכער נישט קיין בעל דורש דרשה.
ווייל ער דינט נישט קיין זרה, נאר עבודה זרה
(קענסט אפשר פרובירן אראפצולייגן דיין קושיא אנדערש)
וואס הייסט ער דינט נישט קיין פרעמדן?

(וואס מיינסטו?)
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

Mezofzef האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:01 am
היסטאריש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 12:33 am
יחליצך האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 10:44 pm
לעצטע ווארט האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 5:12 pm
היסטאריש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 5:11 pm

געצנדינער זענען עובדי זרה אדער עובדי עבודה זרה?
עובדי
*עובדי עבודה זרה
לאמר גיין צום יחיד, פארוואס איז דער געצנדינער אן עובד עבודה זרה און נישט קיין עובד זרה? דער בעל דרשן איז זיכער נישט קיין בעל דורש דרשה.
אויב עפעס א עובד זר.
קודם כל עס קומט דרשן, 'בעל' איז שוין ערווענט געווארן דא אז ס'איז נישט ממש קארעקט.

יעצט א אפגאט ווערט גערופן אין לשון המשנה עבודה זרה, אלזא זענען אירע דינער עובדי עבודה זרה.
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3107
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

הארי פלארי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 1:32 pm
Mezofzef האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:01 am
היסטאריש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 12:33 am
יחליצך האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 10:44 pm
לעצטע ווארט האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 5:12 pm
עובדי
*עובדי עבודה זרה
לאמר גיין צום יחיד, פארוואס איז דער געצנדינער אן עובד עבודה זרה און נישט קיין עובד זרה? דער בעל דרשן איז זיכער נישט קיין בעל דורש דרשה.
אויב עפעס א עובד זר.
קודם כל עס קומט דרשן, 'בעל' איז שוין ערווענט געווארן דא אז ס'איז נישט ממש קארעקט.

יעצט א אפגאט ווערט גערופן אין לשון המשנה עבודה זרה, אלזא זענען אירע דינער עובדי עבודה זרה.
ריכטיג.
פארדעם האב איך געזאגט 'אויב עפעס' א עובד זר.
פוצה פה ומצפצף
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”