איטשע האט געשריבן: א נקודה למחשבה:
צו מאכן זייף דארף מען א פאבריק.
זענען די קרעמאטאריומס אין אוישוןויץ און אין בירקענוי געווען אויסגעשטאט, מיט אזעלכע פאבריקן?
אדער לכל הפחות, זענען זיין אויסגעשטאט מיט א סיסטעם וועס פירט אוועק די פעטנס פון די אוויענעס צו א צווייטן ארט צו מאכן דערפון זייף?
אוישוויץ שטייט נאך, מען וואלט עס געדארפט צו קענען שטודירן.
חוץ מזה קען מען דאך נאכקוקען מיט DNA?
ביי אונז אידן איז אן איסור צו לייקענען אלעס וואס קען דיך מאכן אויסקוקן "קלוגער". איי דו האסט קשיות, איי אז עס שטימט נישט מיט די פאקטן - דאס איז "דיין" פראבלעם...
צום שלוס. די דייטשן ימח שמם ווערן נישט ערגער אויב די זייף איז אמת, און ווערן נישט בעסער אויב נישט. זיי וועלן פארבלייבן די ארכי רוצחים און בלוט-פארגיסערס פון דאס רוב מנין ובנין פון אידישן פאלק - און פארבלייבן רוצחים און סאדיסטן קעגן די מענטשהייט. אבער די זייף פאבריקאציע איז אליין א פאבריקאציע.