א קבלה - הבטחתי לפרסם - מיין ישועה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

רימנוב
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 10:08 pm

א קבלה - הבטחתי לפרסם - מיין ישועה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנוב »

ברוכים הבאים!

אין אונזער הסתרה'דיגע דור יתום איז געווענטליך נסתרים דרכי השם מיר ווייסען נישט און מיר זוכען נישט צו פארשטיין.
אבער דאך איז דא פון מזמן לזמן ווען אונז זעמיר זוכה צו זען בחוש דעם יד השם צו דורך א הפלא'דיגע השגחה פרטית צו ווען מ'זעט קלאר די כח פון א קבלה אדער די כח פיון די פריערדיגע צדיקים זי"ע.

דעס ברעגנט אונז צו מיין פערזענליכע געשיכטע'לע, נישט קיין באמבאסטישע "עיני ישועה" מופת, אבער דאך א קלארע יד השם וואס קען זיין אינטרעסאנט פאר אנדערע.

געווען איז עס פאראיאר, אופן וועג אהיים פון די דערהויבענע נסיעה קיין קראקא דורך קרן תוספת יום טוב, האט מען געמאכט א קורצע סטאפ אין רימינוב ביים ציון פון הרה"ק ר' מענדע'לע מרימינוב זי"ע, ס'איז געווען א געוואלדי'גע התעוררות און פילענדיג דעם עת רצון האב איך זיך אינטערגענומען א קבלה פאר מיין פריוואטע ישועה.
איך בין דאן געשטאנען אין א תקופה ווי מיין ביזנעס איז ב"ה שטארק אויסגעוואקסן דעם עקזעסטירענדיגע ווערהויז, כ'האב זיך אריינגעלייגט צו טרעפן א נייע פראפערטי אין ניו דזשערסי אבער כ'האב זיך שטארק געמוטשעט מיט א פאסיגע זאך.
איין פראפערטי האט זיך מיר ארויגעגליטשט פון די האנט זייענדיג אוועק מעבר לים און יעצט האב איך געהאט א געוואלדיגע מציאה א גאר פאסיגע פראפערטי פאר א פיינע פרייז אבער כ'ווארט פאר די סעלער'ס לויער צו שיקן די קאנטרעקט צו סיינען אין ס'שלעפט זיך.
שטייענדיג דארט ביים ציון האב איך זיך אנגערופען צו ר' יואל מייזעלס הי"ו פון די עסקנים ביים נסיעה, אז איך נעם זיך אינטער בלי"נ צו צינדען פערציג טעג א ליכט לע"נ הרה"ק ר' מענדע'לע מרימינוב זי"ע און בזכות דעם צדיק זאל איך גומר זיין א מקח ביז פערציג טעג אין כ'וועל מפרסם זיין די ישועה ברבים אי"ה. געלייגט א קוויטל געצינדען א ליכט אין כ'בין זיכער מיט א ישועה!

ביזדערוויילע בינעך אהיים געקומען, ס'דורך א חודש און איך הער אז ס'איז הויך יום טוב, די בעה"ב פון די פראפערטי איז געשטארבן אין די קינדער מיט זיין גרושה הרג'ענען זיך ארום אויף די פראפערטי.
איינמאל זיי זענען זיך שוין אויסגעקומען צו פאקויפען די פראפערטי און זיך צוטיילען מיט די געלט, האט איינער פון די קינדער וואס איז ביז די טאטענ'ס פטירה געווען אין טשארדזש פון די פראפערטי, זיך גענומען שוימען פאר כעס היתכן ער באקומט עס נישט, ער איז אריין דארטען איין נאכט אין זיך גענומען האקען טירן און פליקן ווענט. איך בין געווען דארטען די נעקסטע וואך אין ס'האט אויסגעקוקט שרעקליך.
האב איך פארשטאנען אז דאס איז נישט די באשערטע, לאז מיר זיך פון פריש ארויס געלאזט אויפן יאגד.

נאך א תקופה האב איך ב"ה געטראפען א פאסיגע זאך, געסיינט קאנטרעקט, און מ'פאנגט אן "פרשת מארטגעדזש" א פרישע מסכת מיט זיינע שווערע סוגיות, נאכן זיך מיטשענען אין באקומען א קאנדישענאל עפראוועל פון די באנק זעמיר געווארן דעקליינד! די מארטגעדזש בראקער טרייט נאך א באנק אבער ס'געווארן דעקליינד נאך אינם זעלבן טאג! איך מוז באקומען א מארטגעדזש ווייל די קאנטרעקט עקספייערט שוין באלד.

זיך טרעפנדיג אזוי מיט פארהאקטע טויערן האב איך זיך דערמאנט אין די קבלה פאר ר' מענדעלע, די קבלה האט נישט אנגעהאלטן צו לאנג כ'האב פארגעסן יעדע צווייטע טאג ביז כ'האב אינגאנצען פארגעסען.
יעצט האב איך א חוב פאר די הייליגע רימינובער וואס איך דארף באצאלן!!!
חושב ועושה יענע טאג דאנערשטאג נאכט כ"ד אב העעל"ט האב איך נאכאמאל אנגעפאנגען צינדען ערליך יעדן טאג א ליכט לע"נ דעם צדיק זי"ע, ב"ה אן אויסלאזן קיין איין טאג.

פארגאנגענע דאנערשטאג פונקטליך פיר וואכן שפעטער האב איך באקומען א קלע"ר ט"ו קלאו"ס פון א פרישע באנק וואס כ'האב געטרייט מיט א צווייטן בראוקער און ס'איז געווארן פולי עפראווד אונטער דריי וואכן שפעטער!!!

אונז זעמיר נישט און הימל אבער ס'איז קלאר אז די יד השם און די כח פונעם צדיק שרייט ארויס בקול רעש גדול יש בורא עולם יש!!

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.
רימנוב
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 10:08 pm

Re: א קבלה - הבטחתי לפרסם - מיין ישועה

האמיר יעצט די איין און פערציגסטע טאג קאנפירמד א קלאוזינג דעיט ברוך השם.
זכותו יגן עלינו.
לעצט פארראכטן דורך רימנוב אום מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:42 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רימנוב
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 10:08 pm

Re: א קבלה - הבטחתי לפרסם - מיין ישועה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנוב »

איך בין זיכער אז אנדערע קענען אויך מיט טיילען זייער אייגענע עקפעריענס פון א קלארע יד השם.
נייהויז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2016 11:46 am
לאקאציע:ווי בינעך דא ?

Re: א קבלה - הבטחתי לפרסם - מיין ישועה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייהויז »

ווען איר זאגט 40 טעג. טוט מען מיט שבת?
קלאפ אין ריקן
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 27, 2015 9:52 pm

Re: א קבלה - הבטחתי לפרסם - מיין ישועה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאפ אין ריקן »

רימנוב האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 1:05 am
ברוכים הבאים!

אין אונזער הסתרה'דיגע דור יתום איז געווענטליך נסתרים דרכי השם מיר ווייסען נישט און מיר זוכען נישט צו פארשטיין.
אבער דאך איז דא פון מזמן לזמן ווען אונז זעמיר זוכה צו זען בחוש דעם יד השם צו דורך א הפלא'דיגע השגחה פרטית צו ווען מ'זעט קלאר די כח פון א קבלה אדער די כח פיון די פריערדיגע צדיקים זי"ע.

דעס ברעגנט אונז צו מיין פערזענליכע געשיכטע'לע, נישט קיין באמבאסטישע "עיני ישועה" מופת, אבער דאך א קלארע יד השם וואס קען זיין אינטרעסאנט פאר אנדערע.

געווען איז עס פאראיאר, אופן וועג אהיים פון די דערהויבענע נסיעה קיין קראקא דורך קרן תוספת יום טוב, האט מען געמאכט א קורצע סטאפ אין רימינוב ביים ציון פון הרה"ק ר' מענדע'לע מרימינוב זי"ע, ס'איז געווען א געוואלדי'גע התעוררות און פילענדיג דעם עת רצון האב איך זיך אינטערגענומען א קבלה פאר מיין פריוואטע ישועה.
איך בין דאן געשטאנען אין א תקופה ווי מיין ביזנעס איז ב"ה שטארק אויסגעוואקסן דעם עקזעסטירענדיגע ווערהויז, כ'האב זיך אריינגעלייגט צו טרעפן א נייע פראפערטי אין ניו דזשערסי אבער כ'האב זיך שטארק געמוטשעט מיט א פאסיגע זאך.
איין פראפערטי האט זיך מיר ארויגעגליטשט פון די האנט זייענדיג אוועק מעבר לים און יעצט האב איך געהאט א געוואלדיגע מציאה א גאר פאסיגע פראפערטי פאר א פיינע פרייז אבער כ'ווארט פאר די סעלער'ס לויער צו שיקן די קאנטרעקט צו סיינען אין ס'שלעפט זיך.
שטייענדיג דארט ביים ציון האב איך זיך אנגערופען צו ר' יואל מייזעלס הי"ו פון די עסקנים ביים נסיעה, אז איך נעם זיך אינטער בלי"נ צו צינדען פערציג טעג א ליכט לע"נ הרה"ק ר' מענדע'לע מרימינוב זי"ע און בזכות דעם צדיק זאל איך גומר זיין א מקח ביז פערציג טעג אין כ'וועל מפרסם זיין די ישועה ברבים אי"ה. געלייגט א קוויטל געצינדען א ליכט אין כ'בין זיכער מיט א ישועה!

ביזדערוויילע בינעך אהיים געקומען, ס'דורך א חודש און איך הער אז ס'איז הויך יום טוב, די בעה"ב פון די פראפערטי איז געשטארבן אין די קינדער מיט זיין גרושה הרג'ענען זיך ארום אויף די פראפערטי.
איינמאל זיי זענען זיך שוין אויסגעקומען צו פאקויפען די פראפערטי און זיך צוטיילען מיט די געלט, האט איינער פון די קינדער וואס איז ביז די טאטענ'ס פטירה געווען אין טשארדזש פון די פראפערטי, זיך גענומען שוימען פאר כעס היתכן ער באקומט עס נישט, ער איז אריין דארטען איין נאכט אין זיך גענומען האקען טירן און פליקן ווענט. איך בין געווען דארטען די נעקסטע וואך אין ס'האט אויסגעקוקט שרעקליך.
האב איך פארשטאנען אז דאס איז נישט די באשערטע, לאז מיר זיך פון פריש ארויס געלאזט אויפן יאגד.

נאך א תקופה האב איך ב"ה געטראפען א פאסיגע זאך, געסיינט קאנטרעקט, און מ'פאנגט אן "פרשת מארטגעדזש" א פרישע מסכת מיט זיינע שווערע סוגיות, נאכן זיך מיטשענען אין באקומען א קאנדישענאל עפראוועל פון די באנק זעמיר געווארן דעקליינד! די מארטגעדזש בראקער טרייט נאך א באנק אבער ס'געווארן דעקליינד נאך אינם זעלבן טאג! איך מוז באקומען א מארטגעדזש ווייל די קאנטרעקט עקספייערט שוין באלד.

זיך טרעפנדיג אזוי מיט פארהאקטע טויערן האב איך זיך דערמאנט אין די קבלה פאר ר' מענדעלע, די קבלה האט נישט אנגעהאלטן צו לאנג כ'האב פארגעסן יעדע צווייטע טאג ביז כ'האב אינגאנצען פארגעסען.
יעצט האב איך א חוב פאר די הייליגע רימינובער וואס איך דארף באצאלן!!!
חושב ועושה יענע טאג דאנערשטאג נאכט כ"ד אב העעל"ט האב איך נאכאמאל אנגעפאנגען צינדען ערליך יעדן טאג א ליכט לע"נ דעם צדיק זי"ע, ב"ה אן אויסלאזן קיין איין טאג.

פארגאנגענע דאנערשטאג פונקטליך פיר וואכן שפעטער האב איך באקומען א קלע"ר ט"ו קלאו"ס פון א פרישע באנק וואס כ'האב געטרייט מיט א צווייטן בראוקער און ס'איז געווארן פולי עפראווד אונטער דריי וואכן שפעטער!!!

אונז זעמיר נישט און הימל אבער ס'איז קלאר אז די יד השם און די כח פונעם צדיק שרייט ארויס בקול רעש גדול יש בורא עולם יש!!

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.
געוואלדיגע מעשה און שכוח פארן מיטטיילן.
איך געדענק דיך אויפן נסיעה פאראיאר, סאיז געווען אפאר ישיעות פון יענע גרופע ב”ה.
א פריינטליכע קלאפ אין ריקן האט נאך קיינעם נישט וויי געטאן אבער שוין פילע אויפגעראכטן
רימנוב
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 10:08 pm

Re: א קבלה - הבטחתי לפרסם - מיין ישועה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנוב »

נייהויז האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 2:02 pm
ווען איר זאגט 40 טעג. טוט מען מיט שבת?
איך האב מוצאי שבת געצינדען עקסטער פאר שבת אין איך בין ממשיך אביסל נאך די פערציג טעג אויך אזוי בין איך זיכער אויף די סעיף סייד.
צפת דאמעריקא
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 19, 2021 6:03 pm

Re: א קבלה - הבטחתי לפרסם - מיין ישועה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפת דאמעריקא »

רימנוב האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 1:05 am
געווען איז עס פאראיאר, אופן וועג אהיים פון די דערהויבענע נסיעה קיין קראקא דורך קרן תוספת יום טוב, האט מען געמאכט א קורצע סטאפ אין רימינוב ביים ציון פון הרה"ק ר' מענדע'לע מרימינוב זי"ע.

חושב ועושה יענע טאג דאנערשטאג נאכט כ"ד אב העעל"ט האב איך נאכאמאל אנגעפאנגען צינדען ערליך יעדן טאג א ליכט לע"נ דעם צדיק זי"ע, ב"ה אן אויסלאזן קיין איין טאג.
למען הקלארקייט ווען זענט איר געפארן? ווייל די יארצייט איז דאך ו' אלול.
לעצט פארראכטן דורך צפת דאמעריקא אום דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 2:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גאוה געהערט צום אויבערשטן, עס האט לגמרי נישט מיט קיין נברא
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!
דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
(הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
רימנוב
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 10:08 pm

Re: א קבלה - הבטחתי לפרסם - מיין ישועה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנוב »

צפת דאמעריקא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 2:25 pm
רימנוב האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 1:05 am
געווען איז עס פאראיאר, אופן וועג אהיים פון די דערהויבענע נסיעה קיין קראקא דורך קרן תוספת יום טוב, האט מען געמאכט א קורצע סטאפ אין רימינוב ביים ציון פון הרה"ק ר' מענדע'לע מרימינוב זי"ע.

חושב ועושה יענע טאג דאנערשטאג נאכט כ"ד אב העעל"ט האב איך נאכאמאל אנגעפאנגען צינדען ערליך יעדן טאג א ליכט לע"נ דעם צדיק זי"ע, ב"ה אן אויסלאזן קיין איין טאג.
למען הקלארקייט ווען זענט איר געפארן? ווייל די יארצייט איז דאך ז' אלול.
וועמענס יארצייט איז ז' אלול?
תוספת יום טוב איז ו' אלול, ר' מענדע'לע מרימינוב איז י"ט אייר
רימנוב
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 10:08 pm

Re: א קבלה - הבטחתי לפרסם - מיין ישועה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנוב »

צפת דאמעריקא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 2:25 pm
רימנוב האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 1:05 am
געווען איז עס פאראיאר, אופן וועג אהיים פון די דערהויבענע נסיעה קיין קראקא דורך קרן תוספת יום טוב, האט מען געמאכט א קורצע סטאפ אין רימינוב ביים ציון פון הרה"ק ר' מענדע'לע מרימינוב זי"ע.

חושב ועושה יענע טאג דאנערשטאג נאכט כ"ד אב העעל"ט האב איך נאכאמאל אנגעפאנגען צינדען ערליך יעדן טאג א ליכט לע"נ דעם צדיק זי"ע, ב"ה אן אויסלאזן קיין איין טאג.
למען הקלארקייט ווען זענט איר געפארן? ווייל די יארצייט איז דאך ו' אלול.
ו' אלול תשפ"ב איז געווען ערשב"ק שופטים. די פלייט צוריק איז געווען מוצאי שבת, אויפן וועג צום עירפארט האמיר געמאכט א סטאפ אין רימינוב.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”