לערן מיט א געשמאק, און פארגין יענעם דאס זעלבע

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע:קאר וואש

לערן מיט א געשמאק, און פארגין יענעם דאס זעלבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

די זון קומט שוין ארויס פון אירע לעכער, שטעקט ארויס איר לאנגע שאטענס צו טאפן דעם דופק צו די מענטשן פון די וועלט וועלן אים מכבד זיין כדבעי, צו האבן זיי נישט חלילה קיין בייז אויג אויף אים זייט ער איז פארשוואונדן געווארן א נאכט פארדעם און איבערגעלאזט תבל ויושבי בה זיך צו ספראווענען מיט די קעלט וואס די זון האט קוים געווארעמט ווען ער איז שוין יא דא געווען.

פון די טונקעלע שאטענס פון אלע גאסן שפירט זיך נאר א קעלט, אלע גאסן זענען שא שטיל, ווי מ'ברויך נישט צו ערווענען גייען אידן מיטן טו"ת אינטערן ארעם, דער מורמעלט שוין דעם "פתח אליהו" וואס ער האט זיך איינמאל פאר אלעמאל איינגע'חזר'ט אויף אויסעווייניג, פון יעדן ווינקל הערט מען שוין דעם וועקער-זייגער ארבעטן אויף כח, ביי דעם הויז צום ערשטן מאל ביים שכן צופייפט זיך שוין דער זייגער צום דריטן מאל נאכן אים כסדר דריקן ער זאל גיין אויפן-נאז... און אזוי הייבט זיך אן דעם טעגליכן סדר היום וואס ווי נענעטער אינעם טאג אריין קענען שוין נאך און נאך מלאכים זינגן שירה פארן רבון עלם ועלמיא, וואס האבן ביז יעצט געמוזט ווארטן אויפן עם ישראל וואס זיי האבן דעם דין קדימה. דאס איז דער בדרך כלל, דער טעגליכער סדר היום יומי וויאזוי די וועלט דרייעט זיך א טאג נאך א טאג, א חודש א יאר.

די בני עליה ווי מיר וועלן דאס אנרופן ווייל ס'קומט זיך זיי באמת א העכערן טיטל, די וואס דעם אעירה שחר ווערט מקוים אויף א העכערן אופן, ווערט דער גאנצער פאזל דא צומישט, דער 3:30 צו 4:00 פארטאגס מיינט ביי זיי א טאנץ א שפרינג, דער דאכענע אראפ, די נעגל וואסער א גיס. דאס גאנצער רואיגקייט פון שטוב ווערט פארוואנדעלט ווי אינעם כאדקע ווי די סאלדאטן שפילן ווען דער פייף צוקלינגט זיך, א הארציגן שבח ריקט זיך ארויס פון אינטער די ליפן: מודה אני, טאטע פאר דיר, מלך חי וקים, אבינו שבשמים, שהחזרת בי נשמתי, מיין חיות מיין לעבן בענקט צו דיר אההה גייט מען אביסל קענען כאפן לויטערע לופט וואס זענען אויסגעוואשען געווארן פון אלע שמיץ דורכן גרויסן מייסטערהאפטיגן וועשער דער רבוש"ע אליינס.

שטייט דער אידעלע ביים טיר, מיט א קוש אויף דער מזוזה גייט ער ארויס פון שטוב ווענדענדיג זיינע טריט צום ביהמ"ד, ווי גליקליך ווערט ער ווען ער קען נאך אריינכאפן צו עפענען דעם נומבער שלאס, אנצונדן די מקוה-לייט, נישט איבעראל האט מען אזא געלעגנהייט אבער דארט ווי דער בחיר השם דער אידעלע עפענט די שערים שפירט ער זיך דערהויבן, פונסטער איז דער וועלט, דאס טונקעלקייט הערשט איבעראל, אבער לעכטיגקייט וועלן מיר באקומען דא פונעם ביהמ"ד, נאר פון דא ווילן מיר שעפן אונזער חיות אונזער בענקשאפט אונזער ליבשאפט.

איז דער סדר היום פון דעם איד, אז ווען ער זעצט זיך צו צו דער גמרא גייט עס מיט א חיות דקדושה, ער לערנט הויעך אויפן קול זיכער צו מאכן אז ער וועט נישט באקומען דעם שטויס פון ברוריה אשת ר' מאיר, אבער דעם טיש לאזט ער אויך נישט ריען, ווען די גמרא פירט אויס "אלא אמר רבא" כאפט דער טיש א זעטץ, ווען די גמ' זאגט ולמאי נפק"מ, איז עודך כי עניתנו, נאך א זעטץ.

און זינגן קען ער אויך נישט'קאשאדיג, ער האט גראדע ליב דעם סקלונער רבי'ןס ניגון אויף פדה בשלום, אבער וועלכע רעמפ ער ניצט אריינצוקומען אין שוועקי'ס רחם ווייסט איין איינציגער באשעפער..

אלעס ארבעט ארום און ארום, דער האחט-קאפ ווערט צוביסלעך קלענער און קלענער, מעגליך אין די בחינה פון עוף הפורח נשרף.. דאס בלעטל גמרא ווערט פארקנייטשט, זיצענדיג פארקאכט נישט וואוסענדיג וואס טוט זיך ארום און ארום, מיר לעבן אין אן אנדערען וועלט, א וועלט פון תענוג, א וועלט וואס שפיגלט אפ אין זיך אפס קצהו פון וואס עס ווארט אונז אפ זיצענדיג מיטן מלך המשיח בראש, אהה ווי געשמאק אהה ווי גוט אההה ווי זיס.

***

איי, איך זיץ איין טיש ארויפציר און ס'שטערט מיר די זעצעס? איך קען גארנישט טון, נאר איין זאך:

אים דן זיין לכף זכות!!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

קאניינעהארע, לאזט זיך שנעל דערלערנען, קיפ אן, נאר די התחלה איז שווער.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יגר, איינס אין דער וועלט.
דער גאנצער עולם ווערט געבעטן נאכצומאכן דעם יגר'ן, און שרייבן ארטיקלען אויף טאג טעגליכע פאסירונגען וואס זענען ווערד די אויפמערזאמקייט.
An article a day keeps the babies away
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע:חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

טאקע שנעל, איך האב נישט געוויסט אז ער איז אזוי געשיקט...
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

הגם יגר'ל ס'פאלט מיר ביי, אז ס'זאל אפשר זיין באותו מקום באותו זמן וכו', אז דו זאלסט נעמען דעם זעלבן אלטן ארטיקל, און עס איבער ארבעטן אויפן גוטן וועג, נישט אזוי ווייט וועגן דיין תשובה, נאר ס'וועט זיין עקסטער אינטערעסאנט, איין מעשה מיט צוויי קעגנזייטיגע ארטיקלען. ( איך כאפ מיך יעצט אז אפשר דארף עס אריין גייט אין די איידיעס פארמיטלונג אשכול.)
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע:בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

יגר, איך האב איצט געליינט פון די אלטע ארכיוון, און איך מוז דיר זאגען איין זאך, עס איז געוואלדיג!!!
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

שכח יגר'ל פאר'ן ארטיקעל און אלעקסיי פאר'ן ארויף שלעפען פון די בעיסמענט.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אפשר יעצט עצטעך דערולם כאפן, און אפגעבן די פארפאסטן שכוח.

אן הערליך ארטיקל, און קוים דריי חברה האבן מגיב געווען. (כ'רעד נישט פון די נייע.)
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע:נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

שכח אלעקסיי פארן ארויפברענגען די גאר באלערנדע ארטיקעל,
און אן עקסטערען שכח פאר יגר פארן נושא פונעם ארטיקעל, איך געדענק ווי מען פלעגט דאס זאגען ביי איטליכען חתונה
פון מיינע קאזינס אויף מיין חשובען זיידע ע"ה אז ער פלעגט עפענען דעם ביהמ"ד יעדען אינדערפרי,
ווי אויך טרייבט דאס אז מיר זאלען זיך אפלערנען כאטש עפעס דערפון,
צב"ש אז 'פארטאגס' האט צו טאן מיט א זייגער און נישט מיט ווען מען שטייט אויף...

נ.ב. איך הער, איך לאך פון דיין אג'ענדע,
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36560
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יגר: אן אנדערס מאל שעהם דיך נישט צו צוקומען צו מיר צו בעטן אז איך זאל אביסל איינזיצן, דו דארפסט מיך נישט אויספראקן דא ברבים.

עניוועי, ס'איז א ריזיג ארטיקל,

דאנקע שעהן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אבי, איך וואלט אויך געלאכט ווען דער נער וואלט נישט געווען מיינס.
קאניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 21, 2008 9:15 pm
לאקאציע:ביים געלעזל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאניאק »

מען פארקריכט פין ענין

יגר אזא ארטיקל איז ווערט אפאר גראשען
ווי ניד מאר אופ דיס
הכל הבל
ווען די וועסט ווערן עלטער וועסטו שוין פארשטיין
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע:קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

עס גליטשט א טרער פון די אויגן זיך דערמאנענדיג ווען איך האב דאס געשריבן. געווען אמאל צייטן ברודער'ס וואס דער פארטאג'ס איז געווען פייער ביי מיר, נישט געווען אזא זאך פארשלאפן (אוודאי געווען, אנשטאט 4:15 האב מען זיך אויפגעכאפט קוים מיט די נשמה 4:35 ), יוי טאטע ווי נעמט מען יענע יארן

אלעקסיי; איך ווייס נישט צו דו קענסט מיך, איך בין אסאך מאל זייער אמאשענעל, און יעצט איז איינע פון די הייסע מינוטין, ס'גיסט א טרער פאר בענקשאפט, א טרער פאר אביסל התעוררות א טרער פאר אזעלכע הייליגע לעכטיגע ווינטער נעכט וואס ווערן ליידער זייער אפט פארשוועכט פאר קיין שום סיבה און תירוץ אויף דער וועלט.

שלח לחמך על פני המים זאגט אונז שלמה המלך, דער ארטיקל וועט האפענטליך זיין דאס לעצטע זעץ מיך אויפצוועקן פונעם שינת הסוס אין די גאר וויכטיגע פארטאג'ס שעה'ן.

יש"כ אלעקסיי
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע:בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

כחכם יישר

ניין איך קען דיך נישט, אז דו קענסט מיר נישט, דאן פון ווי זאל איך דיר קענען?
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
אפגעגאלט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: לערן מיט א געשמאק, און פארגין יענעם דאס זעלבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

נו נו
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”