משל פון קדושת לוי א מלך האט פארשיקט זיין איינציג קינד, צו א ווייטע מדינה. ער איז אנגעקומען אין א דארף. דארט האט ער פארברענגט זיינע יארען. ער האט אינגאנצען פארגעסן פון זיינע גוטע צייטן, און אז ער איז א בן מלך. ער איז געווארן א פויער, ווי אלע דארפסלייט, אויך זיינע טבעיות זענען געווארן פארגרעבט. אפילו די שפראך פון זיין פאטער די קעניג, האט ער שוין אינגאנצען פארגעסען.
עס האט זיך אמאל געמאכט, אז דער פויער האט געהערט אז דער קעניג קומט אויף א באזוך צו די מדינה ווי ער האט פארבראכט, האט ער זיך דערמאנט פון זיין אפשטאם, אז ער איז דאך דער נאנסטער צום קעניג, און זיך געכאפט אז ער וואלט זיך געדארפט צוריק קערן. ער איז געקומען צום פאלאץ ווי דער קעניג האט פארוויילט, און נישט געדענקענדיג די שפראך, האט ער זיך גענומען שרייען מיט א הויכע קול. ווי נאר דער קעניג האט דערהערט דער קול, פון זיין איינציג קינד, האט ער שטארק רחמנות באקומען אויף איהם און האט איהם צוריק גענומען צו זיך.
דאס איז דער ענין פון די תקיעות, וואס מיר בלאזן, כדי דער אייבעשטער זאל רחמנות באקומען אויף אונז, אז מיר זענען אזוי דערווייטערט פון איהם, אז מיר קענען נישט אפילו זיין שפראך. מיר קענען נאר שרייען צו איהם מיט'ן קול שופר.
א דריטער משל פון קדושת לוי א קנעכט האט אמאל געזינדיגט אנטקעגן זיין קעניג. ער האט זיך געבעטן ביים קעניג אז ער זאל איהם מוחל זיין, האט דער קעניג געזאגט אז דו זאלסט דיך אליין משפט'ן, און ווי אזוי די פארשטייסט אז דיין משפט זאל ארויסקומען אזוי זאל זיין.
דער זוהן האט אויך אריין געווארפן זיין צעטל און האט געבעטן אז דער קעניג זאל אים געבן א דאך פון שטרוי, כדי ער זאל נישט נאס ווערן פונעם רעגן.
דער קעניג האט באלד דערקענט די שריפט אז דאס איז פון זיין זוהן, האט ער געהאט דערפון גרויס צער, אז זיין זוהן האט אינגאנצען פארגעסן אז ער איז זיין קינד, און ער בעט נישט אז ער זאל איהם אהיים נעמען, נאר ער בעט א דאך פון שטרוי?
דער נמשל איז, מיר אידישע קינדער, וואס זענען שוין ליידער אזוי פיל יארן אין דעם שווערן גלות האבן מיר שוין ליידער פארגעסן אז מיר זענען קינדער פון דעם מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, און יעצט גייט אונזער טאטע א דורך אונז, יעצט איז די צייט וואס יעדער קען בעטן פון איהם זיין פארלאנג, איז זייער וויכטיג אז מיר זאלן בעטן פון איהם, "טאטע, נעם אונז שוין אהיים צו דיר", און מיר זאלן נישט מתפלל זיין אויף קיין דאך פון שטרוי, וואס מיינט למשל בעטן אויף פרנסה, וכדו', נאר דער עיקר איז אז מיר זאלן מתפלל זיין אז מיר זאלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלמה במהרה בימינו אמן.
משל אויף "הנני העני" עס האט געוואוינט אין א דארף א סוחר א גרויסע עושר, וואס פלעגט אריינפארן אין שטאט איינמאל א חודש כדי איינצוקויפן וואס ער דארף צו זיין געשעפט. זיינע פריינד פונעם דארף פלעגן איהם מיטגעבן א ליסטע פון זייערע געברויכן וואס פעלט פאר זיי אויס, וויבאלד ער איז שוין ממילא אין שטאט זאל ער שוין פאר זיי אויך איינקויפן. ער האט דאס גערן געטון. זיינע פריינד האבן אים מיטגעשיקט געלט או ער האט געקויפט פאר דעם געלט זייערע געברויכן, עס פלעגט זיך אמאל טרעפן אז זיי האבן נישט מיט געשיקט גענוג געלט, אדער די סחורה וואס זיי האבן געזוכט איז טייערע געווארן, פלעגט דער סוחר אויסלייגן פון זיין טאש וויפיל געלט עס האט אויסגעפעלט און האט געקויפט אלע זייערע געברויכן, און ווען ער איז צוריק געקומען אין דארף האבן די פריינד איהם צוריק באצאלט די געלט וואס ער האט אויסגעלייגט, אזוי האט זיך עס געפירט א לאנגע צייט.
מיט א צייט שפעטער איז דער סוחר געשטארבן, או אנשטאט אים האבן די דארפ'ס מענטשן געשיקט אן ארימאן, ער זאל זיי איינקויפן אין שטאט אלע זייערע געברויכן, זיי האבן אים געגעבן א גענויע ליסטע און אויך געלט, ער זאל האבן מיט וואס צו קויפן, ווייל זיי האבן געוואוסט אז דער ארימאן וועט נישט האבן קיין געלט אויסצולייגן אויב עס וועט אויספעלן.
דאס זעלבע זאגט דער שליח ציבור, איך בין צו ארעם אין מעשים טובים אז איך זאל קענען דערפון אויסלייגן פאר אייך אז דורכדעם זאלט איר געהאלפן ווערן, דערפאר זאלט איר זיך נישט פארלאזן בלויז אויף מיר, נאר איר זאלט זיך אליין אנגרייטן גענוג מעשים טובים, אז אין אייערע זכות זאלט איר קענען ביים בית דין של מעלה פארשריבן ווערן מיט א שנת גאולה וישועה בגשמיות וברוחניות.
הער זיך צו מיין קינד. איין עצה האב איך. איך וועל גיין צום קעניג און איהם בעטן א טובה ער זאל אפשטיפן די צייט פון דעם משפט, דאס וועט ער זיכער טון פאר מיר, און ביז דעווייל בעט דיך איבער מיט זיין טאכטער, מיט וואס עס איז נאר מעגליך, נעם איר ארויס פון די מיסט, זי זאל זיך אפוואשן, זי זאל זיין ריין. גיב אלע מיני רפואות וואס איז נאר מעגליך, כדי עס זאל מעגליך זיין אז זי זאל קענען גיין צו איר טאטן, כאטש עס איז נישט מעגליך זי זאל זיין אזוי ווי פריער, אבער אז זי וועט זיין ביים קעניג, דארט וועט שוין זיין אלעס צוגעשטעלט אז זי זאל האבן די מעגליכקייט צוריק צוקומען צו אירע כוחות, זי זאל זיין שטארק און געזונט ווי פריער. נאר זעה מיין קינד, בעט זיך איבער מיט איר זי זאל דיר ווערן א גוטע פריינד, איידער עס קומט דעם טאג פונעם משפט, אז זי זאל קענען קומען צו איר טאטן, און איך וועל אויך דארט זיין ביים משפט, און אויב דו וועסט אזוי טון וועסטו נישט דארפן מורא האבן.
דעם נמשל איז: דער הייליגער באשעפער איז דער גרעסטער קעניג. די תורה איז די טאכטער פונעם רבוש"ע (ברתא דמלכא) עס איז נישט דא אזוי ווי איר חכמה אין דעם גאנצע וועלט. ווען דער אויבערשטער האט געוואלט באווייזען איר גרויסקייט און געבען די תורה, האבן די מלאכים געזאגט "תנה הודך על השמים" געב די תורה פאר די פייערדיגע מלאכים. אבער דער אויבערשטער האט נישט געוואלט, ווייל לויט די גרויסקייט פון דעם גרויסן קעניג, זענען די פייערדיגע מלאכים ווי פשוט'ע קנעכט. דער אויבערשטער האט אויסגעקליבן זיינע גוטע פריינד וואס ער האט זייער ליב, דאס זענן די אבות הקדושים, און פון גרויס ליבשאפט האט דער אויבערשטער אויסגעקריצט די צורה פון יעקב אבינו אויף זיין כסא הכבוד (מדרש). און דער אויבערשטער האט געוואלט געבן זיין טאכטער פאר זיינע קינדער, בעסער ווי צו געבן פאר די מלאכי מרום. כאטש מיר זענען נאר מענטשן און נישט מלאכים. דאס איז אלעס נאר פון גרויס ליבשאפט צו אונזערע עלטערן, האט ער געגעבן די תורה הקדושה צו אונז וואס מיר וואוינען אין "א ווייטע מדינה" וואס דאס איז דער וועלט.
אבער וויבאלד דער אויבערשטער האט חושש געווען אז מיר פארשטייען נישט ווי אזוי זיך אויפצופירען מיט די כבוד פון דער אויבערשטער אין מיט זיין תורה, דערפאר האט ער געגעבן די תורה מיט "קולות וברקים", און ער האט משרה געווען אויף יעדער איינציגע יוד "רוח הקודש" און זיי האבן משיג געווען גאר הויכע זאכן. ווי אויך האט משה רבינו אונז אויפגעהאדעוועט עטליכע יאר מיט די זיסקייט פון די תורה. פארן געבן די תורה האט דער אייבעשטער אונז קודם געהייליגט און צוגעגרייט, און ערשט דעמאלס האט ער אונז געגעבן די תורה אויף די וועלט.
איז דען דאס א קלייניקייט זיך צו משדך זיין צום קעניג אליין, אזעלכע פשוט'ע מענטשען, וואס זענען נישט קיין מלאכים? ניין! דאס איז גאר א גרויסע זאך, און דערפאר האבן מיר אסאך שונאים, דאס זענען די קליפות און די מקטריגים, וואס זענען אונז מקנה. וועגן דעם קומען זיי אייביג מקטרג זיין אז יודן זינדיגן, און זיי שרייען און זיי מאנען א דין פון דער רבונו של עולם.
דער אויבערשטער וואס איז א מלך המשפט, קען נישט אפזאגען פאר די אלע וואס בעטן א משפט. וואס טוט ער? לאזט ער אונז וויסן ווען עס וועט זיין דער משפט כדי אז מיר זאלן זיך קענען גוט אנגרייטן צום משפט, און אזוי ארום ארויסגיין פון דעם משפט ריין.
אמאל אבער אין די צייט ווען עס קומען גאר שטארקע מקטריגים און זיי קומען מיט שטארקע טענות, וואס מען וועט נישט קענען ארויס גיין ריין ביים משפט, בעטן מיר פון די תורה הקדושה, אז זי זאל מיטקומען מיט אונז און זיך אננעמען און ארויסהעלפען ביים דין, ווי מיר זאגן דאך ביי די סליחות פון צום גדלי' "תורה הקדושה התחנני בבקשה".
דאס איז אבער נאר ווי לאנג מיר האבן מכבד געווען די תורה, ווי עס דארף צו זיין, און מיר האבן געלערנט תורה לשמה, דעמאלס העלפט די תורה, אבער בעוונותינו הרבים וואס מיר האבן זיך געקריגט מיט די תורה, און מיר האבן נישט קובע געווען עתים לתורה, און דאס איז נישט גענוג נאר מיר האבן איר געמאכט פאר א בעלת מום, ווייל די רמ"ח מצוות עשה זענען קעגען די רמ"ח איברים, און די שס"ה גידים, זענען קעגן די לא תעשה, און דער וואס איז עובר אויף די תורה הקדושה, ווערט זיין נשמה א מחוסר אבר ח"ו, און דאס איז נישט גענוג, נאר מיר האבן נאך איר געווארפן צו די מיסט ווי עס איז ידוע אז אויב מען לערנט תורה לגאוה, אדער לקנטר, גייט דער גאנצער תורה צו די קליפות, און ווי אויך אויב מען איז נישט מתקן די מיאוס'ע עבירות וואס מען האט געטון, און מען לערנט תורה בשעת מען איז אנגעשמירט פון זיי, ווערט די גאנצער תורה וואס ער האט געלערנט איבער געגעבן צו זיי, און אויף דעם שטייט אין פסוק "ולרשע אמר אלוקים מה לך לספר חקי וגו'" פארוואס האסטו געלערנט תורה אין די צייט וואס דו ביסט געווען אנגעשמירט מיט אזעלכע עבירות. דאס האבן מיר געטון צו די תורה, און מיר האבן פארגעסן די אלע טובות וואס זי פלעגט אונז טון.
אינצווישען איז געקומען דער יום הדין הגדול והנורא, און די מקטריגים האבן זיך פארמערט אזוי ווי אייביג. דער רבונו של עולם דער מלך מלכי המלכים איז אונז מודיע ווען עס וועט זיין דער משפט, און אז מיר זאלן זיך גרייטן זיך אנקעגן צושטעלן, און ער בעט אונז "ברענג מיט די תורה וואס איר האט געלערנט א גאנץ יאר", ווייל דאס האט ער אזוי ליב, און אויף איר שטייט די וועלט. כאפט דאך א שרעק און א פארכט פון דעם יום הדין, און מיר שרייען און וויינען: "ווי אזוי וועלן מיר קענען ארויסגיין ריין ביים משפט, ביי יעדע משפט איז נאר געווען די תורה אונזער אונטערליינער, און דא איז זי גאר געווארן אונזער פיינט".
און נאך מער פון אלעס האט דאך דער מלך געהייסען אז מיר זאלן מיטברענגען די תורה מיט אונז, ווי אזוי קענען מיר דען קומען מיט אזא תורה, וואס איז פארשמירט און איז א בעלת מום. עס קען דאך זיין אז נישט נאר זאל דער אויבערשטער אונז נישט העלפען ח"ו, נאר פארקערט ח"ו ער וועט אויך צולייגן כעס ר"ל.
דער איינציגסטער צו וועמען מיר קענען זיך ווענדען איז צו אונזערע אבות הקדושים, און מיר זאלן זיי בעטן אז זיי זאלן קומען צום קעניג, און דאס איז די תקיעות וואס מיר בלאזן ראש השנה, וועלכע וועקן אויף די אבות הקדושים, ווייל תקיעה איז מרמז אויף חסד וואס דאס איז אברהם אבינו, תרועה איז מרמז אויף גבורה וואס דאס איז יצחק, און שברים איז מרמז אויף תפארת וואס דאס איז יעקב. און מיר בעטן זיך ביי זיי און בפרט ביי יעקב אבינו, וועמענס צורה איז איינגעקריצט אויפן כסא הכבוד, ווייל זיי זענען די "אוהבי המלך מלכי המלכים".
די הייליגע אבות הקדושים, פון גרויס רחמנות אויף אונז ווילן אונז העלפן, אבער (עיין שם מעשה נורא) ווי קענען זיי דען העלפען ווען מיר האבן שלעכטס געטון מיט די טאכטער פונעם קעניג וועט ער דאך אויף זיי זייער ברוגז זיין פארוואס זיי נעמען זיך ענדערש אן פאר זייערע קינדער, ווי איידער פארן טאכטער פונעם קעניג, די תורה הקדושה.
דער איינציגסטער זאך וואס די אבות הקדושים קענען טון איז, בעטן אז מען זאל אפשטיפן דער משפט, דאס זענען די עשרת ימי תשובה, און געגעבן צייט אז מיר זאלן פארעכטן אונזער מעשים און ארויסשלעפן די תורה פון די קליפות און איר איבערבעטען, אז זי זאל ווערן צוריק אונזער פריינד, און אזוי וועט זי זיך אננעמען פאר אונז להוציא כאור משפטינו אמן וכן יהי רצון.
דער נמשל איז: דער קעניג איז דער אויבערשטער, און דער קינד דער בכור דאס איז כלל ישראל, און עס ווערט געברענגט אין זוהר הק' אז די גוים און די שרים טוען אוועקכאפן כלל ישראל, די גוים כאפן אוועק די גופים, און די שרים כאפן אוועק די נשמות, דאס מיינט מען דער יצר הרע וואס מאכט זינדיגען די נשמה. אונזער טאטע אין הימל האט אונז אנגעווארענט אז מיר זאלען פון איהם נישט אוועק גיין, כדי אז מיר זאלען נישט פארכאפט ווערן פון זיי. ווי עס שטייט אין פסוק "אחרי ה' אלהיכם תלכו ובו תדבקון", ווייל אויב דו וועסט זיך דערווייטערן פון איהם איז נישט מעגליך זיך צו ראטעווען פון די רויבערס, און דו וועסט אריינפאלען אין זייערע הענט. אזוי ווי מיר טרעפן אין תהילים ווי דוד המלך זאגט "אל תרחק ממני" דו זאלסט זיך נישט דערווייטערן פון מיר, ווייל אויב יא "כי צרה קרובה". עס האט אמאל פאסירט אז מיר האבן זיך יא פון איהם דערווייטערט, און מיר זענען אריינגעפאלען אין די הענט פון די רויבערס, אונזערע גופים אין די הענט פון די גוים, און אונזערע נשמות אין די הענט פון די שרים. זיי האבן אונז אוועקגעפירט צו א ווייטע מדינה, און זיי טוען מיט אונז וואס זיי ווילן, און די אלע בריוו וואס מיר שיקען צום טאטען דורך אונזער תפלות און תחנונים, איהם צו מודיע זיין אונזער צער, טוען די קליפות צושטערען דורך דעם וואס זיי זענען מבלבל אונזערע מחשבות, און די תפלות זענען מיט מחשבות זרות, ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש "כל צלותא דלאו איהו בדחילו ורחימו לכלבא אתמסר ח"ו ונשארים התפלות חחת ידיהם ח"ו. (די אלע תפלות וואס זענען נישט ריין גייען באלד צו די קליפות).
איין מאל אין יאר איז דא וואס דער אויבערשטער בכבודו ובעצמו איז ביי אונז, ווי עס שטייט אז אין דעם יום הדין איז דער אייבעשטער מקדים צו די בתי כנסיות צו הערען די תפלות פון יודישע הערצער. וואס טוען מיר, מיר לויפן אין שוהל אריין צו דער פלאץ ווי אונזער טאטע געפונט זיך ווי עס שטייט אין פסוק: "דרשו ה' בהמצאו קראוהו בהיותו קרוב". דאס איז דאך דער בעסטע צייט צו וויינען און זיך בעטן ביים רבונו של עולם אז ער זאל רחמנות האבן אויף אונז, און מיר זאלן זיך איבערבעטען מיט איהם, ווייל דער רבונו של עולם ווערט אנגערופן "מלך מתרצה בדמעות" און נאר מיט דעם קענען מיר איהם איבערבעטען. אזוי ווי די רויבערס זען וואס עס גייט דא פאר, אז מיר וועלן זיך טרעפן מיט'ן טאטען און ער וועט אונז אויסלייזן, מאכן זיי א מחיצה צווישען אונז און דער רבונו של עולם, כדי אז מיר זאלען נישט קענען זען אונזער פאטער, און אז ער זאל נישט קענן הערען אונזערע תפלות. ווי עס שטייט אז ווען עס קומען די הייליגע טעג, זענען דא ספעציעלע קליפות ר"ל וואס זיי טוען פארשטאפן די הערצער פון כלל ישראל, ווי דער זוהר הקדוש שרייבט אז דער וואס עס קומט נישט צו וויינען אין די טעג איז א סימן אז זיין הארץ איז נישט אין ארדענונג, און אז ער איז פוהל מיט עבירות. דאס איז דער מחיצה של ברזל וואס זיי האבן אויפגעבויעט, און וועגען דעם ווערן אונזערע תפלות נישט ליידער געהערט.
עס איז אבער געבליבן ביי אונז איין האפענונג, א "אבן טוב", דאס איז "תקיעת שופר" וואס דער סגולה איז אז עס קען צוברעכן דער "חומה". דאס איז אונזער איינציגסטער האפענונג, ווי חז"ל זאגן אז א יאר וואס מען האט נישט געבלאזן אין אנהייב, וועט מען צום סוף יאר קרעכצן ח"ו. אבער מיר טוען דאס, יאר איין, און יאר אויס, און עס העלפט נישט, און מיר זיצען דא נאך אלץ אין גלות, דאס איז ווייל מיר ווייסן נישט ווי אזוי צו נוצען די סגולה שטיין, ווייל עס שטייט אין זוהר הקדוש, אז שופר מיינט תשובה און אן תשובה העלפט נישט דער שופר. וועגן דעם דארף דער בעל תוקע און דער בעל תפלה זיין א ריכטיגע בעל תשובה ווייל כלל ישראל איז אנהענגיק אין זיי. דאס מוז צוגיין מוט א מורא'דיגע הכנעה, מיט א געוויין און מיט א גרויסע ציטער, ווייל אויב נישט העלפט נישט דער סגולה.
און מיט דעם קען מען פארשטיין פשט אין פסוק: "אם יתקע שופר בעיר" אפילו מען זאל בלאזן שופר אין שטאט" קען דאס נישט העלפען אויב "והעם לא יחרדו", אויב דער פאלק טוט נישט תשובה ווי עס דארף צו זיין, עס איז פונקט ווי מען וואלט בכלל נישט געבלאזן, און דאס איז נישט ווייל דער אויבערשטער וויל נישט הערען אונזערע תפלות ח"ו, נאר דאס איז ווייל מיר האבן נישט אראפגעווארפן דער "מחיצה של ברזל" דורך די "קול השופר".
וועגן דעם שטייט פון אריז"ל אז בשעת תקיעת שופר זאל יעדע מענטש מתודה זיין שטילערהייט זיינע חטאים, און אזוי וועלן מיר ווערן פול מיט תשובה און געוויין, און אפלאזן פון אונזער חטאים, און דורך דער הכנעה זענען מיר פארזיכערט אז דער וואנט וועט צובראכן ווערן, און דעמאלס וועלן מיר קענען זיך בעטן צום אויבערשטן, און עס וועט ווערן דערוועקט זיין רחמנות, און עס וועט לייכטן אויף אונז דער כבוד פון דעם אויבערשטן, און ער וועט אונז אויסלייזן פון דעם ביטערן גלות, נאך דעם יאר, אמן.