רעבעניו, וואס זוכסטו זיך צרות, מען האט שוין געברענגט עטליכע מראה מקומות אז צער בעלי חיים איז גאר גאר הארב, און עס איז פארבונדן מיט אסאך הלכות וויפיל מען דארף אכטונג געבן אויף זיי.
אמת, קיין הלכה'דיגע איסור איז נישטא אויף סתם כשר'ע בעלי חיים, און מען פלעגט אלעמאל האדעווען הינער און ציגן מיט קיען און שאף און רינדער ועוד ועוד ועוד, און אויב ביזטו רואיג ביי זיך אז זיי וועלן האבן דעם גן עדן ביי דיר אין שטוב, זעה איך נישט קיין שום פראבלעם דערמיט, אויסער די ווערטער פון כף החיים מיט וועלכע איך וויל זיך נישט דינגען, בפרט אז ער ברענגט דאס פון א פריערדיגן(דאכט זיך אז דער נגיד ומצוה איז דער חיד"א נישט אזוי?). און אודאי אז אויב ביזטו נישט הונדערט פראצענט זיכער אז דו וועסט זיך קענען דערמיט אפגעבן ווי געהעריג, איז נישט ראטזאם אנצוהייבן דערמיט.
פועל האט געשריבן:
אמאל געהערט אז הרבנית הצדיקת מסאטמאר ע״ה האט אמאל געקויפט א פיש טאנק מיט לעבעדיגע פיש און דער רבי האט נישט געוואלט טועם זיין נאר אז מען האט קודם מאכיל געווען לבהמתו ווי פארשטענדליך האט מען אוועק געשטעלט און פטור געווארן פון דעם טאנק מיט די פיש
נישט געקויפט נאר באקומען פון א ערל אין די רבי האט לכתחילה נישט געהאט קיין חשק עס אריין צו נעמען און שטוב נאר משום דרכי שלום האט ער נאך געגעבן די צווייטע חלק אז מאיז פטור געווארן ווייס איך נישט
מיין אינגל האט אהיימגעברענגט 3 גאלד פיש פון דעי-קעמפ, ס'איז מיר געליגן עפעס אין קאפ אז עס איז דא אן ענין (דאכט זיך בשם האר"י הק') בכלל נישט צו מגדל קיין שום באשעפעניש אין שטוב, אבער כ'קען נישט טרעפן די מקור דערצו.
דאס וואס @יהיה כן ברענגט פונעם כף החיים "ויתרחק מלגדל כל בעל חי מכל סוג שהוא," זעה איך נישט אינעווייניג, נישט אינעם כף החיים און נישט אין די ספר נגיד ומצוה וואס איז די מקור פונעם כף החיים, אדער אינעם ספר שמירת הנפש.
איינער ווייסט א מקור אויף דעם?
יהיה כןהאט געשריבן:↑דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 1:29 pm
א געזוך אין אוצר החכמה האט מעך געפירט צו א כף החיים (גאנץ אן אנגענומען ספר....) יו"ד סי' קטז ס"ק קיז בשם נגיד ומצוה,לא טוב לגדל בבית תורים ובני יונה, ובבית שיתגדלו, ימותו בניו או לא יהיה לו זרע, ובכלל יזהר מצער בעלי חיים, ויתרחק מלגדל כל בעל חי מכל סוג שהוא, ע"כ.
כף החיים יו''ד סי' קט''ז סקי''ז.jpg (82.06 KiB) געזען 987 מאל
אזוי נישטערינג איבער די נושא האמיר זיך אנגעשטאלפערט אין דיפארום
איינער ברענגט דארטן צו א דבר פלא פון כתבי קודש פון ר' משה מיידנער אז די בעל שם טוב הק' האט געהאדעוועט א בער... שווער צו גלייבן אז דאס איז כפשוטו, ובפרט אז א בער איז א חיה טמאה.
איינער ברענגט דארטן צו א דבר פלא פון כתבי קודש פון ר' משה מיידנער אז די בעל שם טוב הק' האט געהאדעוועט א בער... שווער צו גלייבן אז דאס איז כפשוטו, ובפרט אז א בער איז א חיה טמאה.
וחידוש הוא, אבער נניח עס איז אמת גלויב איך אז קיין ראיה קען מען נישט ברענגען, אז דער הייליגער בעש''ט האט זיך אפגעגעבן מיט עפעס א נשמה וואס האט געדארפט א תיקון מיינט נאכנישט א ראיה אז מען מעג האדאווען דיזע באשעפענישן
עס איז דא כמה וכמה מעשיות פונעם בעש''ט ווי ער האט מסדר-מתקן געווען באשעפענישן וואס זענען געווען גלגולים.
מיינע צוויי סענט. כ׳האב געהאט אמאל א פיש טאנק, זיך אפגעגעבן ממש דאס מערסטע שייך. כבין געווארן אן ״עקספערט״. בקיצור, ס׳איז נישט מעגליך בדרך הטבע נישט צו עובר זיין אויף צער בעלי חי. נישט מעגליך. פינטל. אין די טייכן ים׳ן וואס עס פאסירט, איז נישט דיין אחריות. משע״כ אין דיין רעסטריקטעט טאנק איז עס יא. אפילו מ׳האט א טאנק די סייז פון א טשייינע קלאזעט מיט 500+ גאלאנען דערין. כ׳האב עס דאן איבערגעשמועסט מיט הרב ר׳ אשר מן שליט״א.