אריינעמען א טאטע צו ארבייטן ביים זוהן

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , עמעזאן

אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: אריינעמען א טאטע צו ארבייטן ביים זוהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

יעצט לערנענדיג די בלעטער אין קדישין וועגן כיבוד אב…שטיי ווייט פון דעם…!!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9521
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: אריינעמען א טאטע צו ארבייטן ביים זוהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

הכל לפי המצב
דער זוהן דארף קודם כל זיך גוט קענען, דערנאך פארשטיין און קענען דעם טאטן'ס פערסאנאליטי, זיין א שטיקל רואה את הנולד אין דעם געשעפט וויאזוי גייט עס אויסקוקן א שטיק צייט שפעטער. אויך דארף ער טראכטן פון א "גט", ד.ה. אויב טויג נישט דער מצב וויאזוי קריכט מען ארויס פון דאנעט?
אין חשבון דאפמען אויך נעמען ווי שטארק איז דער צורך פון דעם טאטן? וואס זענען זיינע אויסזיכטן צו ארבעטן ערגעץ אנדערש? אין אן אנדערע פאך?
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14388
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

Re: אריינעמען א טאטע צו ארבייטן ביים זוהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

יעצט אין קאפ איז מיר אריינגעקומען 3 גרויסע ביזנעסער וואס איך קען פון די נאנט וואס די טאטע האט געעפנט, און די קינדער ארבטן דארט
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: אריינעמען א טאטע צו ארבייטן ביים זוהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

VZQ האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 8:36 pm
וואס טיט זיך פארקערט א זין ארבעטען ביי די טאטע?
אפטמאל איז די סיבה פארוואס א טאטע נעמט אריין די זוהן אין די ביזנעס איז ווייל ער טראסט נישט קיינעם אנדערש, ער ווייסט נישט וויאזוי מ'טיט דעלעגעטן ארבייט, ער טראכט זיין זוהן וועט עים פארשטיין און טיען די ארבייט פינקט ווי אזוי "איך" וויל ס'זאל ווערן געטוען.
ווען דער טאטע זאל ווען גיין צו א ביזנעס קאוטש וואלט ער ווען עים ג'עצה'ט און מדריך געווען וויאזוי צו ריכטיג בויען א ביזנעס און האבן און האלטן גיטע פרעמדע ארבייטער.

נעמען א קינד אין די ביזנעס האט למעשה גאר א שטארקע מעלה אויב מ'טיט עס ריכטיג ווייל די ביזנעס וועט האבן א קיום אויף ווייטער, בפרט א קליינע ביזנעס וואס קען נישט לויפן פון זיך אליינס אן דעים וואס די בעל הבית ארבייט אויפן סצענע 24-7, ממילה וועט די זוהן איבערנעמען ווען די טאטע וויל רעטייערן וכו'

ווען עס קימט די צייט איז גראדע זײער אן אומאנגענעמע סיטואַציע, דער זוהן הייבן אן פילן אביסל ווי ס'איז זיין ביזנעס, אן מיין הילף וואלט זיך מיין טאטע נישט געקענט קיין עצה געבן.... למעשה איז דער טאטע דער בעל הבית... דער קינד פיעלט צעמישט, בין איך א בעל בית צו אן ארבייטער? בפרט אויב ס'איז דא אנדערע ברודער וואס הייבן אן דיריגירן... דער טאטע דארף זיין גרייט מיט אסאך שכל וויאזוי עס מסדר זיין, אבער ס'איז דא געווענטליך א מהלך, וויל דער טאטע זיכט למעשה צו ארבייטן וויניגער...

אבער נעמען א טאטע פאר אן ארבייטער האט נישט די מעלה, ווייל די טאטע וועט ווערן שנעלער אויסגעברענט פון די זוהן, גיב עס פינף יאר, די טאטע גייט ווערן עלטער און פוילער, די זוהן נאך פריש און געזונט, ער וויל בויען און וואקסן די ביזנעס, וואס טיט ער מיט זיין אלטע פוילע טאטע?
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6218
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: אריינעמען א טאטע צו ארבייטן ביים זוהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

VZQ האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 8:36 pm
וואס טיט זיך פארקערט א זין ארבעטען ביי די טאטע?
איך קען צוויי מענטשן וואס ארבעטן ביים טאטן.
איינער פון זיי ארבעט ווי א פערד, יעדע זאך וואס זיין טאטע בעהט אים טוט ער אפילו ס׳איז נישט זיין דעפארטמענט, ווייל ער וויל נישט זאגן ניין פאר א טאטע, נאך יעדע משפחה שמחה גייט ער אריין פריער ווייל זיין טאטע גייט אריינקומען שפעטער, זיין טאטע האט חתונה געמאכט צו אויסלאנד און דער זוהן איז געווען אין יענע לאנד אונטער פיר און צוואנציג שעה, ווייל איינער דארף דאך זיין אן טאפ פון די ביזנעס ווען די בעה״ב פעלט. בקיצור עבודת פרך ממש!
און דער צווייטער פירט א ווערטשאפט, ער דאווענט יעדן טאג מיטן חצות מנין, קומט אריין אין דזשאב נאכמיטאג, ארבעט קוים, נעמט וואקאציע פילצאליגע מאל א יאר, ווייל זיין טאטע קען אים נישט ארויסווארפן!

אי״ה גייעך נישט גיין ארבעטן פארן פאטער אדער ארייננעמען מיין קינד צו מיר, ווייל איך וויל נישט ער/איך זאל אויסקוקן ווי איינע פון די צוויי.
יעדע מענטש שטארבט, נישט יעדער לעבט…
מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36593
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: אריינעמען א טאטע צו ארבייטן ביים זוהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ס'איז נישט דא קיין כללים, ווענדט זיך לויטן מצב.

פרעג א דעת תורה וואס קען אייך ביידע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: אריינעמען א טאטע צו ארבייטן ביים זוהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

יש מאכיל לאביו פסיוני וטורדו מן העולם ויש מטחינו בריחים ומביאו לחיי עולם הבא. קידושין לא ב

דאס מיינט אז אפי' אויב דו פילסט ווי דו ווילסט טון א גוטע זאך, קען עס אבער אביסל עטיטוד צוגרינד לייגן. מ'קען זייער גרינג נערווירט ווערן און דורכפאלן.
רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

Re: אריינעמען א טאטע צו ארבייטן ביים זוהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

אנטשולדיגט. איך וועל אביסל שרייבן אנדערש ווי רוב מיינונגען דא.

ווען א טאטע נעמט אריין א זוהן אין די ביזנעס, איז דאס אפט מאל נישט צוליב די קאוואלעפיקעישנס פון דעם זוהן און נישט ווייל ער קלערט אז דער זוהן וועט אים איבערנעמען, נאר צוליב "רחמנות"! - ווער נאך זארגט פארן קינד אזוי שטארק ווי דער טאטע?

א זוהן וואקסט אונטער, ער דארף א דזשאב, וועט די טאטע נישט קוקן צי ער טויג יא אדער נישט. ער וועט נישט טראכטן צי דאס וועט אים צוגרינד לייגן די ביזנעס וכו' - ער שפרינגט אריין, נעמט אריין דעם קינד אין די ארבעט, פונקט אזוי ווי דו וואלסט געטון פאר דיין קינד, ווען ער דארף פרנסה. דער טאטע גיבט זיך אוועק בלב ובנפש אריינצוטרעינען דעם קינד, בעסערט אים אויס, שטיפט אים פאראויס און פראבירט אז פארן קינד זאל זיין גוט.

בקיצור, א טאטע מיינט נישט די ביזנעס (אפשר דאס אויך...), ער מיינט דעם קינד!

ווען א טאטע איז אויף א שווערע מצב, ליגט אין חובות און קען זיך נישט קיין עצה געבן, און דער קינד פירט אן מיט א הערליכער ביזנעס, לעבט זיך על סיר הבשר וכו'... דארף ער טראכטן: 'וואס וואלט מיין טאטע געטון צו מיר אין אזא מצב'? - וואלט ער אויך געזאגט, "מיט משפחה עסט מען קוגל?" - אזוי ווי עטליכע ווארעמע גוטהארציגע אידן האבן דא געשריבן? - אדער וואלט ער געזאגט, "מיין קינד דארף הילף - איך שפרינג אריין!".

טראכט גוט אריין: וואס וואלט מיין טאטע געטון פאר מיר.
דאס זעלבע טראכט גוט אריין: וואס וואלט איך געטון פאר מיין זוהן.

און געדענקט! - כיבוד אב איז פון עשרת הדברות. די זכותים דערפאר זענען גאר שטארק גרויס, און פארקערט אויך - קוקט אריין אין שלחן ערוך און זעט ווי שטארק מען דארף נזהר זיין דערין.

ובזה יצאתי ידי חובתי.
דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך .
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס קאפ”