די טעג צווישן יום כיפור אין סוכות

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

די טעג צווישן יום כיפור אין סוכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מוצאי יום כיפור
דער רמ"א ברענגט אין אורח חיים סימן תרכ"ד סעי' ? אז די אידן וואס זענען מדקדקים פירן זיך מוצאי יום כיפור אנצופאנגן צו בויען די סוכה.
דער מהרי"ל ערקלערט דער טעם, ווייל אזוי ווי מ'האט נארוואס גענדיגט די ימי תשובה, דארף מען גראד אריינגיין אין א מצוה כדי מקיים צו זיין דער פסוק וואס דוד המלך זאגט אין תהלים (פ"ד) ילכו מחיל אל חיל.
דער של"ה הקדוש אין מסכת יומא ברענגט, אז באלד נאך יום כיפור, נאך "פאר'ן עסן" זאל ער זיך דורך שמועסן מיט זיין משפחה איבער די סוכה וויאזוי מ'גייט עס בויען, און אין וועלכע ארט מ'גייט עס בויען. אבער בויען די סוכה האט ער צייט נאכ'ן עסן, ווייל דאס עסן מוצאי יום כיפור איז אויך א מצוה, ערשט דעם אנדערן טאג ווען ער קומט אהיים פון ביהמ"ד האט ער צייט צו בויען די סוכה.
דער חיד"א שרייבט, אז אזוי ווי ס'איז א גרויס ענין אנצופאנגן צו ארבעטן אין די סוכה גלייך נאך יום כיפור, זאל מען זען אנצוגרייטן אלע געברויכן פאר'ן בויען נאך פאר יום כיפור, כדי נאך יום כיפור ווען מ'איז מיד פונעם תענית, זאל מען באלד זיין גרייט אנצופאנגן בויען די סוכה.
אין ערוך השולחן שטייט אז ווער ס'קען נישט בויען די סוכה מוצאי יום כיפור זאל כאטשיג לערנען אביסל אין מסכת סוכה.
אין אליהו רבה הלכות סוכות שטייט אז "פאר" יום כיפור זאל מען נישט אנפאנגן צו בויען די סוכה, ווייל ס'איז א ספעציעלער ענין צו בויען די סוכה נאך יום כיפור, ווייל אויב ס'איז אויף איינעם אנגעשריבן געווארן אז ער דארף ח"ו גיין אין גלות זאל ער דאס אפקומען מיט דעם וואס ער בויעט די סוכה.

ממחרת יום הכיפורים
...כ'האב געהערט פון מיין זון כמר יעקב נ"י, וואס ער האט דאס געהערט פון מוה"ר ר' נחמן דער רב פון קאלאמיי יצ"ו, וואס ער האט נאכגעזאגט אין נאמען פון בעש"ט ז"ל אז דער טעם פארוואס מ'רופט דעם טאג נאך יום כיפור "צום גאט'ס טאג" ווייל ביז איצט האט מען צען טעג געזאגט ביים דאווענען "המלך" וואס דאס איז טייטש דער קעניג, אבער איצט פאנגט מען שוין אן צו זאגן "האל" וואס דאס איז טייטש גאט, דעריבער רופט מען דעם טאג צום גאט'ס טאג.
אשל אברהם, שו"ע או"ח סי' תרכ"ד

נאך א טעם ווערט געברענגט פארוואס דער טאג נאך יום כיפור ווערט אנגערופן "צום ג- ט טאג, ווייל ביז יום כיפור איז געווען פארכטיגע טעג, וואס דער אויבערשטער משפט זייער שטרענג, אבער נאך יום כיפור ווערט שוין אלעס געפירט נאר מיט רחמים, חז"ל זאגן אז דער אויבערשטער שרייבט נישט זיין נאמען אויף א שלעכטע זאך, דעריבער נאך יום כיפור ווען אלעס ווערט געפירט מיט רחמים, קען שוין דער אויבערשטער צוריק רופן זיין נאמען אויף די טעג ווייל זיי זענען נאר גוט, דעריבער רופט מען דער טאג "צום ג-ט'ס טאג.
הישר והטוב למוצאי יום כיפור

נאך א טעם ווערט געברענגט, לויט ווי ס'שטייט אין די ספרים הקדושים אז אין יעדע נאמען פון א איד איז אויסגעמישט דעם אויבערשטערס נאמען, און ווען א איד ווערט געשטראפט פון אויבערשטער ווערט געשעדיגט סיי זיין אייגענער נאמען, ווי אויך דעם אויבערשטערס נאמען וואס ליגט אין דעם באטרעפענדענ'ס נאמען ווערט אויך געשעדיגט ר"ל. דעריבער א טאג נאך יום כיפור ווען דער אויבערשטער איז מוחל פאר אלע אידן די עבירות און קיינער ווערט נישט געשטראפט, בלייבט דעם אויבערשטענ'ס נאמען גרויס, דעריבער רופט מען דעם טאג נאך יום כיפור, "צום גאט'ס טאג" צו ווייזן אז דעם אויבערשטער'ס נאמען איז איצט גרויס, און ס'איז גארנישט געשעדיגט.
ליקוטי מהר"ן תנינא

נאך א טעם ווערט געברענגט, לויט ווי די גמרא דערציילט אויף בבא בן בוטא אז ער פלעגט יעדן טאג ברענגן אין בית המקדש אן אשם תלוי וואס דאס ברענגט מען אויב מ'איז מסופק צי מ'האט עובר געווען אן עבירה, און בבא בן בוטא האט צוליב זיין גרויס ערליכקייט יעדן טאג מורא געהאט אז ער האט עובר געווען אויף אן עבירה, דעריבער האט ער יעדן טאג געברענגט א קרבן, אויסער איין טאג אין יאר האט ער נישט געברענגט, וואס דאס איז געווען א טאג נאך יום כיפור וואס דעמאלס איז יעדער ריין פון עבירות, קומט אויס אז א טאג נאך יום כיפור איז יעדער אין די בחינה פון א צדיק. און די גמרא זאגט אין מס' בבא בתרא אז ווען משיח וועט קומען וועלן די צדיקים אנגערופן ווערן מיט'ן נאמען פון אויבערשטער, און אזוי ווי דער טאג איז יעדער א צדיק, דעריבער רופט מען אן דעם טאג "צום גאט'ס טאג.
נופת צופים.
צווישן יו"כ און סוכות
די פיר טעג צווישן יום כיפור און סוכות, זענען אידן פארנומען מיט מצוות און מעשים טובים, ווי בויען די סוכה, איינהאנדלן ד' מינים. די אלע גוטע מעשים דערמאנען דעם מענטש אז ער זאל זיין באהאפטן אין אויבערשטער, און מקיים זיין די מצוה פון "ולדבקה בו", דעריבער ווערן די פיר טעג אנגערופן אזוי ווי א יו"ט, און מ'דארף אין די טעג דינען דעם אויבערשטער מיט גרויס שמחה.

נאך א טעם פארוואס מ'דארף אין די טעג זיין פרייליך ווי אין די ימים טובים, ווייל אין די טעג איז פארענדיגט געווארן דער בית המקדש וואס שלמה המלך האט אויפגעשטעלט, און דעריבער פאסט זיך אז מ'זאל דינען דער אויבערשטער מיט גרויס שמחה.

אין די הגהות פון מהרי"ל ווערט געברענגט אז צווישן יום כיפור און סוכות זאגט מען נישט קיין תחנון, ווייל די טעג האט דער אויבערשטער געגעבן א מתנה פאר די אידן אז ער איז זיי מוחל אלע עבירות וואס זיי פאלן אדורך, דעריבער איז נישט אויסגעהאלטן צו זאגן תחנון, וואס דארט בעט מען איבער דעם אויבערשטער אויף די עבירות, ווייל סיי ווי סיי איז דער אויבערשטער מוחל אויף אלע עבירות, און ער רעכענט נאר די עבירות וואס מ'מאכט פון ערשטן טאג סוכות און ווייטער, ביז דא איז דער לשון פון מהרי"ל.
לכאורה זעט אויס פון זיינע ווערטער אז אין די פיר טעג מעג מען ח"ו טוען וואס מ'וויל ווייל דער אויבערשטער רעכענט סיי ווי סיי נישט וואס מ'טוט. אבער חלילה צו רעדן אזעלכע ווערטער ווייל יעדן טעג באזונדער איז טייער פאר'ן אויבערשטער ווי די גמרא זאגט אין מסכת חגיגה (ה' ע"ב) ווער ס'איז עובר אויף איין עבירה אפילו נאר איינמאל אין יאר רעכענט עס דער אויבערשטער ווי גלייך ער האט געמאכט די עבירה א גאנץ יאר. קל וחומר אין די הייליגע טעג וואס איז צווישן יום כיפור און סוכות דארף מען מער אכטונג געבן און נישט טוען קיין עבירות צוליב דריי טעמים ווי פאלגענד:
א) א גאנץ יום כיפור ווייזט דער אויבערשטער אז ער איז רחום וחנון, און ער איז מוחל אלע עבירות, און א טאג נאכדעם זיצט נאך דער אויבערשטער אויפ'ן שטול און קוקט זיך און וואס די אידן טוען, און דער שטן זוכט אויך מקטרג צו זיין אין די טעג, [און דעריבער שטייט טאקע אז א טאג נאך יום כיפור זאל מען אויפשטיין פרי, כדי דער שטן זאל נישט קענען זאגן אז די נעכטיגע תשובה איז נאר געווען א שפיל, און איצט איז שוין אלעס צוריק צום אלטן, שטייט מען אויף פרי צו ווייזן אז מיר האבן אנגעפאנגן א נייע וועג פון מצוות און מעשים טובים] דארף מען אין די טעג נאך מער אכטונג געבן פון אנדערע טעג, און נישט טוען קיין עבירות ח"ו.
ב) וויבאלד אין די טעג שטייען מיר נאך פאר'ן גמר דין, און יעדער ווארט אויף א גוטע יאר, דארף מען אין די טעג מער אכטונג געבן ווי א גאנץ יאר. [דער מהר"ל שרייבט טאקע אז דעריבער האט מען אין די טעג געגעבן די מצוה פון סוכה, ווייל אז מ'דארף ארויסגיין פון שטוב און אריינגיין אין די סוכה, איז דאס אזוי ווי א גלות, און אויב איינעם איז געווארן אנגעשריבן ח"ו עפעס שלעכט'ס צוליב זיינע עבירות ר"ל, איז דער גלות מכפר, דעריבער זיצט מען אין די סוכה אין די טעג].
ג) ווייל די טעג זענען צווישן איין יו"ט און צווייטן, האט דאס די קדושה פון חול המועד, דארף מען דינען דעם אויבערשטערמיט מער חשק. דאס וואס דער מהר"ל ברענגט פון מדרש אז דער אויבערשטער האט געגעבן א מתנה אין די טעג אז ער רעכענט נישט די עבירות, מיינט ער אז אין די טעג איז מען אזוי פארנומען מיט מצוות אז ס'איז גארנישט דא קיין צייט צו טוען עבירות. צוליב דעם איז טאקע ריכטיג אין די טעג אנצופילן די צייט מיט מצוות און מעשים טובים, און דאן פרייד זיך דער אויבערשטער מיט זיינע אידישע קינדער.
של"ה הקדוש, מסכת סוכה

אין פסוק שטייט אשרי נשוא פשע וכו' אשרי אדם לא יחשוב לו ה' עון (תהלים ל"ב) [וואויל איז דער מענטש וואס דער אויבערשטער איז אים מוחל די עבירות, און רעכענט נישט זיינע עבירות], מ'קען אין דעם פסוק מרמז זיין די גרויסקייט פון די טעג וואס צום ערשט האט מען אזא הייליגער טאג ווי יום כיפור וואס דער אויבערשטער איז מוחל אלע עבירות, און דערנאך קומען די פיר טעג צווישן יום כיפור און סוכות וואס דער אויבערשטער רעכענט נישט דעמאלס די עבירות פון די אידן. דאס זאגט דער פסוק אשרי נשוי פשע, דאס איז מרמז דעם טאג יום כיפור וואס דער אויבערשטער איז דעמאלס מוחל די עבירות, אשרי אדם לא יחשוב לו ה' עון – דאס מיינט די פיר טעג וואס מ'רעכנט נישט די עבירות.
אמרות טהורות

הגה"ק ר' שמעון סופר ז"ל [דער זון פון חתם סופר ] ברענגט אינעם ספר השירים וואס זיין טאטע האט מחבר געווען, אז ער האט אמאל געפרעגט זיין טאטע'ן ווען ער האט געהאט צייט צומאכן אזויפיל שירים און ניגונים, ער איז דאך געווען אזוי פארנומען מיט זיין ישיבה און געלערנט טאג און נאכט? דער חתם סופר האט אים געענטפערט אז אין די פיר טעג צווישן יום כיפור און סוכות האט ער נישט געקענט לערנען צוליב די גרויסע דביקות וואס ער האט דעמאלס צוליב די הייליקייט פון די צייט, דעריבער האט ער דעמאלס געמאכט די שירים ווייל ער האט זיך נישט געקענט קאנצעטרירן צום לערנען.
טיול בפרדס

דער מדרש אין ויקרא ברענגט אז אין די טעג צווישן יום כיפור און סוכות און די ערשטע טאג יו"ט סוכות, איז דער שטן נישט שולט ווייל די אידן זענען אים מנצח ווען זיי נעמען אין די האנט אריין די הייליגע ד' מינים.

די גמרא זאגט אין מסכת יומא דף כ' אז השטן איז בגימטריא 364, מרמז צו זיין אז פון די 365 טעג וואס איז דא אין א יאר איז דער שטן נאר שולט 364 ווייל יום כיפור איז ער נישט שולט. לכאורה דארף מען פארשטיין ווייל די ה' פון השטן איז דאך נישט די נאמען פון שטן ווייל זיין נאמען איז בלויז "שטן" און די ה' איז נאר א שימוש צום ווארט? אבער לויט דער דערמאנטער מדרש שטימט דאס זייער גוט ווייל לויט דעם פעלט דאך נאך פינף טעג וואס דער שטן איז נישט שולט, ווייל די פיר טעג צווישן יום כיפור און סוכות אין דעם ערשטן טאג יו"ט סוכות איז ער נישט שולט, אויב אזוי בלייבט איבער פאר'ן שטן נאר 359 טעג אזויפיל ווי די ווארט "שטן" איז בגימטריא.
יערות דבש

דער הייליגער צדיק הרה"ק ר"ר פנחס מ'קאריץ זי"ע פלעגט זאגן אז דריי טעג נאך יום כיפור איז נאך דא די השפעה פון יום כיפור, און דעריבער איז דער אויבערשטער דעמאלס אויך מוחל די עבירות פון די אידן אזוי ווי אום יום כיפור.
מדרש פנחס

א שיינע טעם דערויף שטייט אין ספה"ק נהר שלו' באזירט אויפ'ן פסוק אם תעזבנו יום יומים אעזבך, - ווען איינער לאזט איבער די תורה נאר איין טאג, לאזט אים די תורה איבער אויף צוויי טעג, און די גמרא זאגט אין מס' יומא מדה טובה מרובה ממדת פורעניות, קומט אויס אז אויב ביי א שלעכטע זאך בלייבט די שלעכטע השפעה אויף צוויי טעג, אויב אזוי ביי א גוטע זאך דארף בלייבן די השפעה אויף פיר טעג, און טאקע דעריבער בלייבט די השפעה פון יום כיפור אויף פיר טעג נאך יום כיפור.
נהר שלום

דער הייליגער צדיק הרה"ק ר"ר מענדעלע מרימנוב זצ"ל שרייבט איבער די טעג ווי פאלגענד: אזוי ווי ס'איז דורך יום כיפור דארף א מענטש אריינטראכטן אז ס'איז דורך אזעלכע הייליגע טעג וואס ס'איז אפן געווען די טויערן פון תשובה, און איך האב גארנישט געטוען, און נישט אויסגענוצט די צייט, [און איך רעדט נישט דא פון די נארישע מענטשן וואס גייען ארום פרייליכערהייט אז מ'דארף שוין מער נישט פאסטן און אויפצושטיין צו סליחות, וואס די מענטשן זענען נארנים, און ווילן נאר אפרוען זייער גוף און נישט דינען דעם אויבערשטער...] אבער די וואס זענען ערליך טראכטן אריין וויאזוי זיי קענען אויסנוצען די הייליגע צייט און די גרויסע טעג וואס יעדער איד קען צוקומען צו די מדריגא פון יושע בן נון, און נוצן אויס די פיר טעג אויף תשובה שלימה, קומט אויס אז זיי האבן עוסק געווען אין תשובה 14 טעג, 10 טעג פון עשרת ימי תשובה, און 4 טאג נאך יום כיפור, דאס איז דער רמז פון י"ד חזקה מ'טוט תשובה מיט א פעסטע האנט און א שטארקייט.
מנחם ציון פרשת האזינו
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

צדקה ערב סוכות
עס שטייט אין שולחן ערוך (אורח חיים תרכ"ה) אז ערב סוכות זאל מען טיילען אסאך צדקה.
דער טעם דערפון איז: ווייל מען וויל מיט דעם זאגן פארן מענטש; אויב דו האסט אויסגעגעבן אזוי פיל געלט צו קויפען א שיינעם אתרוג און צו בויען א שיינע סוכה, זאל די מצוה זיין גאנץ, און זעה אז אויך די ארימעלייט זאלן האבן געלט. דורך דעם וועט זיך דערקענען, אז דאס געלט וואס דו האסט אויסגעגעבן, איז נאר געווען פאר דעם באשעפערס וועגן, און נישט פאר דיין כבוד. ר' יהודא אסאד זצ"ל


דער האר"י הקדוש ברענגט אז ס'איז א גרויסער ענין צו געבן אסאך צדקה ערב יו"ט סוכות.
דער טעם דערפון שטייט אין חיד"א לויט'ן מדרש כשיצאו ישראל ממצרים, ווען אידן זענען ארויס געגאנגען פון מצרים. כרתו ברית – האבן זיי געמאכט א בונד. לעשות חסד זה עם זה – צו טוהן חסדים איינער מיט'ן אנדערן, דער מדרש איז לכאורה שווער צו פארשטיין פארוואס פונקט ווען מ'איז ארויס געגאנגען פון מצרים האבן זיי געמאכט דעם בונד, וואס פאר א שייכות האט דאס מיט יציאת מצרים? ערקלערט דער חיד"א דעם מדרש לויט ווי ס'שטייט בשם הרב מהר"א מיוחס ז"ל אויפ'ן מדרש רות. א"ר אבין בא וראה – קום און זעה – כמה גדולה כוחה של צדקה וכמה גדולה כוחה של גומלי חסדים – ווי גרויס ס'איז די כח פון די וואס טוען חסד מיט א צווייטן, און פון די וואס טוען צדקה מיט א צווייטן. שאין חסין – אז זיי טוען זיך נישט באשיצען, לא בצל כנפי הארץ ולא בצל כנפי שחר, נישט אונטער די שאטן פון די ערד, און נישט אונטער די שאטן פון די מארגן שטערן, נאר אונטער די שאטן פון אויבערשטער. הדא הוא דכתיב - דאס איז דער פשט אין פסוק וואס שטייט מה יקר חסדך – ווי טייער און געשעצט איז ביי דיר די וואס טוען חסד איינער מיט'ן צווייטן. בצל כנפיך יחסיון –אונטער דיינע פליגלך טוען זיי זיך באשיצען. ערקלערט דער פריער דערמאנטער גאון ז"ל, אז יעדע זאך וואס איז דא אויף דער וועלט איז פארהאן מלאכים און שרים וואס גיבן אכטונג דערויף. ר' אבין זאגט אנדערש זענען די אידן וואס געבן צדקה וואס זיי ווערן נישט געפירט דורך מלאכים, נאר זיי פירט דער אויבערשטער אליין.
לויט דעם פארשטייט מען זייער גוט - ערקלערט דער חיד"א - פארוואס באלד נאך יציאת מצרים האבן זיך די אידן פארגענומען אז זיי גייען טוען חסד ווייל זיי האבן געוואוסט אז זיי גייען איצט אריין אין א לאנגע וועג, האבן זיי געוואלט דאס דער אויבערשטער אליין זאל זיי פירן און נישט קיין שום אנדערער מלאך, דעריבער האבן זיי זיך פארגענומען צו טוען חסד איינער מיט'ן צווייטן, אזוי וועט זיי דער אויבערשטער פירן און ווייזן די וועג, ווי ס'שטייט טאקע אין פסוק "וה' הולך לפניהם יומם".
פירט אויס דער חיד"א, "דבר בעתו מה טוב", א זאך וואס מ'מאכט אין די פאסיגע צייט איז זייער גוט און נוצליך. אזוי ווי סוכות איז דער יו"ט וואס מ'מאכט אלס א זכר צו די וואלקענעס מיט וואס דער אויבערשטער האט געפירט די אידן אין מדבר וואס די אידן האבן זוכה געווען דערצו נאר דורך די חסדים וואס זיי האבן געמאכט, צוליב דעם פאסט זיך טאקע אין אזעלכע טעג מער עוסק צו זיין אין טוען גוט'ס און געבן צדקה פאר די נויטבאדערפטיגע.
דער בני יששכר זאגט אז לויט דעם איז זייער פארשטענדליך פארוואס אין דעם יו"ט האט דער אויבערשטער באפוילן צו נעמען דוקא די ד' מינים, ווייל די קדמונים שרייבן אז די ד' מינים לולב, אתרוג, הדסים און ערבות, זענען פון די פלאנצונגן וואס דער אויבערשטער אליין געוועלטיגט אויף זיי אן קיין שום מלאך, דעריבער איז זייער פאסיג דאס צו נעמען אין דעם זעלבן יו"ט וואס מיר מאכן א זכר פאר די ענני הכבוד אין וואס דער אויבערשטער אליין האט אונז געפירט אן קיין שום מלאך.
נאך א טעם פארוואס ס'איז א גרויסע ענין צו געבן צדקה דוקא אין יו"ט סוכות שטייט אין ספה"ק בני יששכר. מיט דעם וואס די גמרא זאגט גדולה צדקה שמקרבת את הגאולה - די מצוה פון צדקה איז זייער גרויס אז אין איר זכות טוט מען דערנענטערן די אויסלייזונג פון די אידן, מ'לערנט דאס ארויס פון פסוק ציון במשפט תפדה – די שטאט ירושלים וועט ווערן אויסגעלייזט דורך משפט. ושביה בצדקה – די געפאנגענע אידן וועלן ווערן אויסגעלייזט דורך צדקה. לערנען מיר פון דעם פסוק אז דורך צדקה וועט מען ווערן אויסגעלייזט, אבער לכאורה דארף מען פארשטיין ווייל אין אנפאנג פון פסוק שטייט דאך ציון "במשפט" תפדה וואס פון דעם זעט אויס אז נישט מיט צדקה וועט ירושלים ווערן אויסגעלייזט נאר דורך משפט וועלן זיי ווערן אויסגעלייזט?
נאר מ'קען דאס פארענטפערן מיט די גמרא אין מסכת ראש השנה וואס דערציילט אז דער מלך כורש האט געטוען א עבירה ווען ער האט געגעבן צדקה און ער האט זיך אויסגענומען אז ער גיט דאס צוליב דעם אז זיין זון זאל געזונט ווערן און ער האט דאס נישט געגעבן נאר לשם שמים. פרעגט די גמרא מיר האבן דאך געלערנט אין א ברייתא אז ווען איינער גיט צדקה און ער נעמט זיך אויס אז ער גיט דאס כדי זיין זון זאל געזונט ווערן, דער איז א צדיק גמור? ענטפערט די גמרא אז דאס וואס ס'שטייט אז ער איז א צדיק גמור דאס איז נאר ביי א איד אבער ביי א גוי איז דאס נישט אויסגעהאלטן, רש"י ערקלערט דארט די חילוק פון א איד ביז א גוי, ווייל א איד ווען ער גיט צדקה און ער בעט א בקשה, און שפעטער זעט ער אז די בקשה איז נישט ערפילט געווארן, מיט דעם אלעם האט ער נישט חרטה אויף דעם וואס ער האט געגעבן צדקה. אבער ביי א גוי ווען ער גיט צדקה און ער נעמט זיך אויס א תנאי, און ער זעט אז ס'ווערט נישט ערפילט, האט ער חרטה אויף דעם וואס ער האט געגעבן, דעריבער איז עס ביי אים אן עבירה.
לייגט צו דער בני יששכר, אזוי ווי אידן האבן די מדה אז זיי טוען צדקה אפילו מ'איז נישט מקיים זייער בקשה וואס זיי פארלאנגן, איז מן הדין אז דער אויבערשטער זאל זיך אזוי פירן מיט די אידן, און טראצדעם וואס דער אויבערשטער האט זיך אויסגענומען א תנאי מיט די אידן און זיי געזאגט, אם בחוקותי תלכו, אויב איר וועט גיין אין מיינע געזעצען וועל איך ענק געבן אלעס גוט'ס, קומט אויס אז דער אויבערשטער האט זיך אויסגענומען א תנאי מיט די אידן אז נאר אויב מ'פירט זיך גוט דעמאלס גיט ער די אלע גוטע זאכן, אבער אז מיר פירן זיך צוגעבן צדקה אפילו מ'איז נישט מקיים אונזער תנאי, פירט זיך דער אויבערשטער אויך צוטוהן מיט אונז גוט'ס אפילו מיר האבן נאכנישט מקיים געווען זיין תנאי.
פירט אויס דער בני יששכר מיר האלטן אין שווערע צייטן אין גלות, און משיח דארף שוין קומען, אבער דער אויבערשטער זאגט אז ער ווארט אידן זאלן קודם תשובה טוען, ווייל ער האט זיך אויסגענומען א תנאי, ושבת עד ה' אלוקיך – אויב מיר וועלן תשובה טוען, דעמאלטס ושב ה' אלקיך את שבותך וועט אונז דער אויבערשטער צוריק קערן. אבער ווען מיר אידן געבן צדקה אפילו מ'איז נישט מקיים די תנאי פירט זיך דער אויבערשטער אויך אזוי און ער לייזט אויס די אידן אפילו מיר זענען נישט מקיים די תנאי.
דאס איז פשט וואס די גמרא זאגט גדולה "צדקה" שמקרבת את הגאולה אז די מדה פון צדקה טוט דערנענטערן די גאולה ווייל אז מיר טוען צדקה, און מיר ווארטן נישט אז דער אויבערשטער זאל מקיים זיין די תנאי וואס מיר בעטן, טוט דער אויבערשטער פאר אונז די זעלבע זאך און ער לייזט אויס אפילו מיר האבן נישט מקיים געווען די תנאי וואס ער בעט.
ענדיגט דער בני יששכר "יעצט האסטו א זיסער טעם" פארוואס מיר דארפן איצט סוכות געבן צדקה, ווייל מיר האלטן נאך יום כיפור און מיר האבן עוסק געווען בתשובה מיר ווייסן אבער נישט צי די תשובה איז געווען ווי ס'דארף צו זיין, דעריבער געבן מיר צדקה, וועט דער אויבערשטער אונז אויסלייזן אפילו מיר האבן נישט אזוי געהעריג תשובה געטון. איך האף אז דער אויבערשטער איז אויך מסכים צו דעם פשט און וועט אונז אויסלייזן בקרוב אמן.

ס'ווערט דערציילט אז דער באבוב'ער רב זצ"ל הי"ד האט אמאל באזוכט דעם גאון ר' מאיר אריק ז"ל, וועלכער האט צוליב רפואות געברויכן דאן געוויילט אין די שטאט טשענסקאוויטץ. האט ער אים געפרעגט צי ער ווייסט א טעם פארוואס דער דברי חיים האט ערב סוכות זיך געפירט צי טיילן אסאך צדקה.
האט ער אים געענטפערט, "איך האב נישט געהערט קיין טעם אבער איך האב אליין געקלערט א טעם בדרך רמז:
די הלכה איז אז א סוכה דארף זיין פון צוויי ווענט פון 7 טפחים און די דריטע קען זיין אפילו נאר איין טפח. דער שיעור פון איין וואנט איז 7 טפחים די ברייט און צען טפחים די הייך, (ווייל א סוכה טאר נישט זיין נידריגער פון צען טפחים) וואס דאס איז 70 טפחים. דער זעלבער שיעור איז פון די צווייטע וואנט, וואס צוזאמען איז דאס 140 טפחים. די דריטע איז גענוג איין טפח די ברייט און צען טפחים די לענג דאס איז דער חשבון פון צען טפחים, אלעס צוזאמען איז 150 טפחים. דער שיעור פון די סכך אויף א כשר'ע סוכה וואס איז זיבן אויף זיבן איז ניין און פערציג טפחים, צוזאמען מיט די פריער'דיגע 150 איז עס 199, אזוי ווי ס'באטרעפט די ווארט "צדקה". (דער ווארט ווערט אויך געברענגט אין דרשות חתם סופר).
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער ערשטער באבובער רב זצ"ל זכותו יגן עלינו האט דערציילט:
איינמאהל ערב סוכות האט זיך דער צאנזער רב זכותו יגן עלינו געקערט צו זיינע קינדער (און אויך צו זיין אייניקל דער ערשטער רב ז") אז ווי באלד ערב סוכות איז מען דאך מחויב צו געבן א סאך צדקה און דאס איז די שיינקייט פון די סוכה , ווייל די ערשטע נאכט סוכות איז דאך די אושפיזא (דער הויפט גאסט) אברהם אבינו ע"ה וואס זיין מדה איז דאך חסד , דארפן מיר געבן א סאך צדקה כדי מיר זאלן זוכה זיין צו האבן אין אונזער סוכה דער עמוד הצדקה והחסד אברהם אבינו עליו השלום .
דעם דאזיגן ערב סוכות האט שוין דער צאנזער רב געהאט פארטיילט אכטצעהן הונדערט גאלדענע רענדלעך , נאך חצות האט דער צאנזער רב שוין גארנישט קיין געלט געהאט , דער צאנזער רב האט געפילט אז ער האט נאך נישט יוצא געוועהן עס האט אים געקאכט זיין הארץ מקיים צו זיין נאך צדקה וחסד ער האט אבער נישט געהאט פון ווי.

צו מזל האט דער צאנזער רב באמערקט ווי די אתרוג סוחרים זענען פארביי געגגאנגען זיין הויז, האט זיי דער צאנזער רב אריינגערופען אין שטוב און האט זיי געזאגט, אוודאי געפינט זיך ביי אייך יעצט געלט פון די אתרוגים מסחר , איך בעט אייך בארגט מיר דאס געלט איך דארף יעצט דאס געלט פאר נאך נוי סוכה ( צו באשיינען די סוכה, וואס דאס מיינט מען צדקה) איך וועל אייך דאס צוריקצאלען ביי א געלעגענהייט די סוחרים האבען איבערגעגעבין דאס געלט און דער צאנזער רב האט עס תיכף צוטיילט פאר די ארימעלייט .
(זמירות לעטר פתורא, עמוד קנ"ד)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח זיידעניו פאר די הערליכע ליקוט, מיר האבן שטארק הנאה געהאט.
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

צוערשט, זיידעניו יישר כח פאר די געוואלדיגע עניינים וואס דו שרייבסט, באמת א שיינער הארץ דערקוויקנדע ארבעט.

צווייטנס, ס'איז מיר דעם שבת איינגעפאלן א טעם לשבח בדרך מליצה, אויפן ענין פון אנהייבן בויען די סוכה אין מוצאי יוה"ק, האב איך געטראכט אפשר גייט דאס אריין אין "אל תמנע טוב מבעליו" וועל איך עס דא שרייבן:
אין ירושלמי ווערט גע'פסק'ט אז ביים בויען די סוכה ברויך מען מאכן א ברכה, ס'איז א מחלוקת צו על עשיית סוכה, אדער על מצות סוכה, [אזוי ליגט מיר אין קאפ], אין בבלי ווידער, זעהט מען נישט דעם ברכה, אבער א שהחיינו וואלט מען יא געדארפט מאכן אויפן בויען, ווי עס שטייט אין בבלי (פסחים, סוכה) העושה סוכה לעצמו מברך שהחיינו וכו', אויף דעם שטייט שוין אין די ראשונים און נפסק אין שו"ע, אז דעם שהחיינו מאכט מען אויפן כוס.
קומט אבער אויס אז באמת איז דאס מצוה פון בויען די סוכה נישט קלענער פון די ישיבת סוכה, נו! ווי פאסט דאס צו בויען די סוכה מיטן וואכנדיגע כאלאטל? אויף דעם קומט דער ענין פון בויען די סוכה מוצאי יוה"כ ווען מ'איז מלובש מיט די בגדי שבת, אז עכ"פ די התחלה זאל זיין מיטן גאנצן קנאק...
פארשטייט זיך ס'איז נאר בדרך מליצה, נאר א שאד אז איך האב פון דעם נישט געקלערט אין מוצאי יוה"כ, וואס איך האב דאן זיך געטוישט צום וואכנדיגע כאלאטל...
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

דבר בעתו מה טוב
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

במקום שאין איש... אז דער גבאי איז געגאנגען אויף אורלויב, ברענג איך עס ארויף.
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

זייער שיין !
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

יעלה ויבוא
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
צוקער זיס
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 12, 2012 4:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער זיס »

אויפריכטיג האט געשריבן: במקום שאין איש... אז דער גבאי איז געגאנגען אויף אורלויב, ברענג איך עס ארויף.
יעדער מאכט פרייליך אין שטוב איינער ווען ער קומט אריין, און איינער ווען ער גייט ארויס
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

זיידעניו האט געשריבן:
עס שטייט אין שולחן ערוך (או“ח תרכ''ה) אז ערב סוכות זאל מען טיילען אסאך צדקה
לא מצאתי שם
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
האלצשטיין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8067
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: די טעג צווישן יום כיפור אין סוכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

א הערליכע אשכול דאס. ספעציעל פאר די יעצטיגע טעג.
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”