צאצאי ר' גרשון הכהן ראפאפורט בק"ק סיגוט מגזע ר' שמחה הכהן
צי ערשט משפחת פריינד און העניג. כפי המקובל במשפחותם ובספרי יחוסיהם איז די שוויגער פון ר' משה ארי' פריינד די ראש הקהל פון סיגוט, די מאמע פון זוגתו (זיוו"ר) מרת חנה מלכה, געווען מרת הינדא כ"ץ בת ר' גרשון הכהן ראפאפורט, נכדת ר' שמחה הכהן ראפאפורט. אויך שארמאשער רב ז"ל איז געווען אן אייניקל פון הינדא הנ"ל, ווייל זיין באבע מרת שרה העניג איז געווען א טאכטער פון מרת חי' רחל שווארץ א שוועסטער פון חנה מלכה.
אין די לעצטערע דרוקן פון תפארת נפתלי ווערט די יוחס אויסגערעכנט ווי פאלגנד, ר' גרשון הכהן ראפאפורט בן ר' שמחה הכהן מ"מ דק"ק קיטוב, בן ר' גרשון הכהן אב"ד ראווא, ב"ר בנימין הכהן ראפאפורט מחבר ספר גבולות בנימין, בן ר' שמחה הכהן ראפאפורט הידוע הנ"ל.
אויך ווערט געבערענגט דארט צוויי זאכן בשם ר' משה ארי' פריינד זצ"ל בשם נאסוידער רב.
א' מרת הינדא האט דערציילט ווי זי האט געזעהן די זיידע ר' שמחה איז מתקן נשמות און פארשידענע צורות זענען זיי געקימען בעטן א תיקון
ב' מרת הינדא האט משמש געווען הצדיקת אדל די טאכטער פון בעל שם טוב און באקימען פון איר א ברכה אויף אריכות ימים.
לזכותו פון מצבות שטעלער האב מיר דא די מצבה פון מרת הינדא בבית החיים דק"ק סיגוט.