Re: ספורי צדיקים לחג הסוכות
ווער איז געווען ביי מיין אתרוג?"
דער סדר פון ר"ר פנחס פלעגט זיין זייער מדקדק צו זיין און זוכן דעם בעסטן אתרוג. אבער רב ייבי זצ"ל פלעגט נישט קוקן אויף קיין אתרוגים פאר יו"ט, נאר ער פלעגט קויפן א פארמאכטן אתרוג און דאס לאזן ליגען ביז דעם ערשטן טאג יו"ט און קיין נברא האט דאס נישט געקענט זעהן, און ווען ער פלעגט ארויס נעמען דעם אתרוג איז דאס געווען א הדר שבהדרים.
איינמאל איז געווען א יאר וואס סא'יז נישט געווען קיין שיינע אתרוגים, און ר' פנחס האט געהאט גרויס עגמת נפש וועגן דעם. האט ער זיך אנגערופן און געזאגט לאמיר זעהן וואס דער אלטער (אזוי פלעגט ער רופן רב ייבי) טוט. רב ייבי האט געטאן דעם יאר ווי אלע יאר געקויפט א פארמאכטע אתרוג און דאס געלאזט ליגן. ווי ר' פנחס איז געקומען אין שטוב פון רבי ייבי איז רב ייבי דעמאלט געווען אין שוהל. ער האט דארט נאר געטראפן זיין זוהן הרה"צ אליקים געציל ז"ל וואס איז נאך געווען יונג. ער פרעגט איהם אויב זיין טאטע האט שוין א אתרוג? יא. ער באפעלט איהם ער זאל דאס איהם ברענגען ווייל ער וויל דאס זעהן, האט ער געענטפערט אז ער אליינס האט מורא דאס צו טאן ווייל ס'איז דא א באפעל פון זיין טאטע אז קיינער טאר נישט מטלטל זיין דעם אתרוג, אבער אויב ר' פנחס וויל דאס זעהן ליגט דאס אין שאפע... ר' פנחס גייט צום שאפע, ער נעמט ארויס דעם אתרוג און האלט דאס מיט זיינע צוויי פינגער פון אינטען, ער זעהט אז דער אתרוג איז פסול לכולי עלמא צו מאכן א ברכה אויף דעם. ער זאגט גארנישט נאר לייגט דאס צוריק און גייט ווייטער.
דעם ערשטן טאג יו"ט ווי רב ייבי האט געעפענט דעם פישקע צו זעהן דעם אתרוג פאר די ברכה, האט ער געשריגען הויך "ווער איז געווען ביי מיין אתרוג?" זיין זוהן האט מורא געהאט און געמוזט דערציילען די מעשה פון ר' פנחס, און אט דער אתרוג איז יעצט געווען זייער שיין א הדר שבהדרים. ר' פנחס האט יענע יאר נישט געהאט קיין אייגענע אתרוג האט ער געמוזט בענטשן אויף דעם אתרוג.
(שבחי רב ייבי)