וויכטיגע אנווייזונגען וואס צו טון ווען א קאר איז אין וואסער
1) די כלל איז זיך ארויסצוזעהן פון קאר די שנעלסטע וואס מען קען, אמאל קען זיין אז יעדע מילי-סעקונדע שנעלער ראטעוועט לעבענס, ווילאנג די קאר איז נאך גרינגער פון די וואסער שווימט עס נאך אביסל, און מ'דארף אויסנוצן יעדע סעקונדע שנעלער זיך ארויסזען דערפון. מענטשן רעדן זיך איין אז א קאר בלייבט שווימען וועגן די רעדלעך, און אז ס'בלייבט לופט אין קאר צו אטעמען אויב מ'מאכט צו די פענסטער, א קריטישע טעות וואס פיל אינם יהודים שטארבען צוליב דעם יערליך.
2) אז מען קען נאך עפענען די טיר פון קאר ווען די קאר איז נישט צו טיף אין וואסער, דארף מען שנעל אנטלויפן דורכן טיר.
אויב די קאר איז שוין טיף אריין אין וואסער אז א גרויס חלק פון טיר איז שוין באדעקט, דאן נישט פרובירן עפענען די טיר, ווייל ווען די טיר איז שוין באדעקט מיט וואסער איז די פרעשור פון וואסער צו שטארק דאס בייצוקומען. דאס איז די גרעסטע טעות וואס מענטשן מאכן מ'פרובירט אין די גורל'דיגסטע סעקונדעס צו שטופן די טיר, און די ביסל וואס עפנט זיך, איז גורם אז די וואסער שטראמט אריין אין די קאר, און פאראורזאכט עס זאל ווערן שווערער און שנעלער זינקען.
3) אז מען קען נישט עפענען די טיר, מוז מען זאפארט ארויסקריכן פון פענסטער, ארויסטאנצן, און אוועקשווימען ביז מען קומט אן צו א טריקן פלאץ [יא מ'דארף נאך היינט וויכטיג אויסלערנען די קינדער שווימען כתקנת חז"ל, איך בין זיך נוהג ווען איך גיב געלט פאר שווימען וואס די מוסד פאדערט, טראכט איך בעפאר לשם יחוד וכו' הריני מוכן ומזומן לקיים מצות חכמינו ז"ל להשיטו במים].
4) אויב די באטען צו עפענען די פענסטער ארבעט נישט, דארף מען נעמען א אייזערנעם חפץ און צוברעכן די פענסטער. א גוטע עצה איז צו נעמען די אויבערשטע אנלאנער פונעם דרייווער זיץ, וואס מען קען ארונטערהייבן, און דאס האט 2 אייזערנע לאנגע שפיצן.
מאנכע האלטן דירעקט אין קאר נאנט צום דרייווער אזא פענסטער-ברעכער אביעקט פאר נויטפעלער. [וואס קומט שוין אגב מיט א שארפע דזשילעט צו איבערשניידן דעם זיץ-גורטל אין פאל דאס ווערט פארהאנקערט און עפנט זיך נישט].
5) נישט פרובירן צו ברעכן די ווינדשילד, וויבאלד דאס איז אויסגעשטעלט אז ס'זאל זיך נישט לאזן צעברעכן, נאר צוברעכן די זייטיגע פענסטער רעכטס און לינקס. מען קען אויך פרובירן צו ברעכן דורכן זעצן מיט די שיך. מען פרובירט ערשט צו ברעכן די אויבערשטע טייל פון פענסטער.
6) ביי די סארט אויטאס וואס די אונטערשטע פענסטער עפענען זיך נאר האלבוועגס, דארף יעדער ארויסקריכן פון די פאדערשטע פענסטער.
פארשטייט זיך אז מ'האט קליינווארג דארף אן ערוואקסענער זיי ארויסשלעפען.
אנחנו אלה פה היום כולנו חיים
- אטעטשמענטס
-
- אייזענעס צו קראכן פענסטער.png (235.24 KiB) געזען 2548 מאל