שכר שבת ביים געווינען דעם לאטעריס?

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8675
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

איך געדענק קלאר אז איך האב עס געזעהן, בשם רח"ק, אין א שו"ת סעריע וואו ער ענטפערט קורץ און שארף, מסתמא אינעם "שאלת רב", אבער דעם ספר טרעף איך נישט און קען נישט נאכקוקן אויב שכר שבת האט שוין מיין דמיון צוגעלייגט.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

ראה מה שהביא משו"ת התעוררות תשובה ח"א סי' קמ"ט.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 18&hilite=
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

יישר כח על זה, הספר שו"ת התעוררות תשובה אינו תחת ידי, אבל לא הבנתי הדמיון, וגם בההעתקה לא כתב למעשה חוות דעתו רק הביא מה שאמר בנו. ולענ"ד אינו דמיון בכלל, שהרי הבעל יש לו חיובים כלפי אשתו, ואם אינו מקיימו קונסין אותו 'לכל יום' ליתן כך וכך, וזו הוא הרווחה גמורה לאשתו על כל יום שמורד, ואם יתן ל'יום השבת' הרי זה 'מיחזי' כשכר שבת, שהרי חייב לשלם על יום השבת לחוד, נמצא שהיא הרוויחה על יום השבת, והא ראי' אם מתפייס באמצע שבוע, לא יתנו לה לכל השבוע, רק לפי הימים שהיה מורד.

משא"כ דא, די הגרלה האט באמת נישט קיין שום שייכות דייקא צום יום שבת, נאר די גוי האט מאיזה סיבה שהוא מחליט געווען אז דאס זאל פארקומען אום שבת, דאס הייסט אויב זאל ער מארגן מחליט זיין אז די גורל קומט פאר פרייטאג פארן זמן, וועט די פארדינסטן זיין פונקט די זעלבע, פארוואס זאל דאס דען הייסן שכר שבת.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5023
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע:איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

למעלה משבעים האט געשריבן: יישר כח על זה, הספר שו"ת התעוררות תשובה אינו תחת ידי, אבל לא הבנתי הדמיון, וגם בההעתקה לא כתב למעשה חוות דעתו רק הביא מה שאמר בנו. ולענ"ד אינו דמיון בכלל, שהרי הבעל יש לו חיובים כלפי אשתו, ואם אינו מקיימו קונסין אותו 'לכל יום' ליתן כך וכך, וזו הוא הרווחה גמורה לאשתו על כל יום שמורד, ואם יתן ל'יום השבת' הרי זה 'מיחזי' כשכר שבת, שהרי חייב לשלם על יום השבת לחוד, נמצא שהיא הרוויחה על יום השבת, והא ראי' אם מתפייס באמצע שבוע, לא יתנו לה לכל השבוע, רק לפי הימים שהיה מורד.

משא"כ דא, די הגרלה האט באמת נישט קיין שום שייכות דייקא צום יום שבת, נאר די גוי האט מאיזה סיבה שהוא מחליט געווען אז דאס זאל פארקומען אום שבת, דאס הייסט אויב זאל ער מארגן מחליט זיין אז די גורל קומט פאר פרייטאג פארן זמן, וועט די פארדינסטן זיין פונקט די זעלבע,פארוואס זאל דאס דען הייסן שכר שבת.

לאו דוקא. ס'האט מיט וויפיל טיקעטס פארקויפן זיך. (איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי, אבער עפעס האט עס דערמיט.)
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4242
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע:אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

די קימענדיגע גורל (וויפעל סזאל ארויפגיין, טאמער סאיז נישט דא א געווינער) האט ציטוען מיט וויפעל מהאט פארקויפט, (צימאל ווען די לאטערי האלט זייער הויעך אין מפארקויפט זייער זייער אסאך קען זיך עס ארויף ריקען)
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

משה, נישט ריכטיג, ווייל אויב ריקן זיי עס צוריק ס'זאל שפילן פרייטאג, דאן וועלן זיי אויך ריקן די אנדערע טאג צו שפילן דהיינו ס'זאל שפילן אויף מאנטאג, קומט אויס אז ס'איז די זעלבע סאך צייט צו פארקויפן, און זיי קענען פארקויפן אקוראט דעם זעלבן מספר גורלות.

או כלך לדרך זה, זיי קענען עס ריקן מיט איין טאג שפעטער אויף מוצאי שבת, און במציאות איז דאך די פאוער-באל טאקע אזוי, עס שפילט מיטוואך און מוצאי שבת.

בכל אופן צום יום השבת האט עס גארנישט.

(אגב, די ערשטע תגובה אינעם נייעם אשכול איז בעצם א טעות, ווייל אויף די פאור-באל איז זיכער נישט קיין שאלה, עס שפילט דאך מוצאי שבת, אויב עפעס איז די שאלה אויף די מעגא מיליאן).
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

כמו שכתבו כאן, אז שכר קומט נישט אריין דא.
די הגדרת האיסור איז פשוט.
שכר שבת איז ״באקומען באצאלט פאר שבת״ און נישט ״פארדינען געלט שבת״.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

פאר בערך א חודש צוריק האב איך געפרעגט הרה"ג ר' מיכל שטיינמעץ שליט"א דעם שאלה לגבי א לאטערי וואס מ'ציהט ארויס אום שבת, און ער האט גע'פסק'נט אז ס'איז מותר בלי שום חשש און ס'איז ממש נישט קיין שמץ פון שכר שבת.
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

למעלה משבעים האט געשריבן: יישר כח על זה, הספר שו"ת התעוררות תשובה אינו תחת ידי, אבל לא הבנתי הדמיון, וגם בההעתקה לא כתב למעשה חוות דעתו רק הביא מה שאמר בנו. ולענ"ד אינו דמיון בכלל, שהרי הבעל יש לו חיובים כלפי אשתו, ואם אינו מקיימו קונסין אותו 'לכל יום' ליתן כך וכך, וזו הוא הרווחה גמורה לאשתו על כל יום שמורד, ואם יתן ל'יום השבת' הרי זה 'מיחזי' כשכר שבת, שהרי חייב לשלם על יום השבת לחוד, נמצא שהיא הרוויחה על יום השבת, והא ראי' אם מתפייס באמצע שבוע, לא יתנו לה לכל השבוע, רק לפי הימים שהיה מורד.

משא"כ דא, די הגרלה האט באמת נישט קיין שום שייכות דייקא צום יום שבת, נאר די גוי האט מאיזה סיבה שהוא מחליט געווען אז דאס זאל פארקומען אום שבת, דאס הייסט אויב זאל ער מארגן מחליט זיין אז די גורל קומט פאר פרייטאג פארן זמן, וועט די פארדינסטן זיין פונקט די זעלבע, פארוואס זאל דאס דען הייסן שכר שבת.

כ'האב צוגעצייכענט צו דעם ספר, וועגן אין היברו בוקס איז נישט דא נאר די אלטע דרוק, וואס דארט איז די תשובה נישט דא, די תשובה איז קודם געווען געדרוקט אין תל תלפיות, און פון דארט האט מען עס אריינגעלייגט אין די נייע דרוק, אבער דא איז אויך דא די גאנצע תשובה הנוגע לענינינו, און פון 'אך זה פשוט' איז שוין די ווערטער פונעם התעוררות תשובה אליין, אז ס'נישט קיין פראבלעם.

לגבי די חילוק וואס איר מאכט, ס'באמת זייער א שיינע סברא, אבער בעצם איז דא צוויי נקודות, דהיינו, דער זוהן וואס האט געוואלט אסר'ן האט געברענגט א ראי' פון מורדות אז שכר שבת איז אסור אפילו ווען מען טוט נישט קיין שום מלאכה, און אויף דעם טענה'ט דער התעוררות תשובה אז ס'איז אודאי נישט אזוי, פונקט ווי ילדה פרתו בשבת וואס איז מותר, נאר אויף אן אופן וואס צוויי מענטשן האבן חיובים איינער צום צווייטען דעמאלטס איז א פראבלעם.

יעצט, איר זענט געקומען מיט א נייע סברא, אז אויב די שכר האט גארנישט מיטן יום השבת, דהיינו איך פארדין גארנישט מער פון דעם אז די גורל איז שבת, ווי עס וואלט ווען געווען סתם א טאג אינמיטען די וואך, אויב אזוי איז נישט קיין פראבלעם.

איז באמת איז דאס א שיינע סברא, אבער דאס איז שייך צו זאגן אפילו ביי א זאך וואס מען טוט יא א מלאכה, און באמת זאגט דאס דער מחנה חיים אין א תשובה, ווי ער איז מתיר לפי"ז פאר א דאקטאר צו נעמען געלט פאר שבת, און אזוי אויך אין שו"ת מהר"ם בריסק ברענגט ער דאס אראפ, וכן בשו"ת באר משה (ומה שהביא שם משו"ת באר צבי להקשות ע"ז מהמ"א בשכר דירה, בפשטות לק"מ, שאין הכוונה שהוא מרוויח מפני ששבת שונה משאר הימים, רק שהוא מרוויח מעצם היום, דהיינו שהשכר הוא על היום ולא על הפעולה)

עכ"פ לפי דעם מחנה חיים איז טאקע נישט קיין פראבלעם, אבער לכאורה לאו כו"ע מודו בזה, דהיינו שאר הפוסקים שחיפשו היתירים על רופא, און אזוי אויך דער התעוררות תשובה אליין, וואס ביי פרתו שילדה קען מען דאך אויך אזוי זאגן, ממילא איז יעצט דא א צווייטע דיון, צו באופן וואס מען טוט נישט קיין מלאכה איז אסור משום שכר שבת.

נ.ב. ייש"כ פארן אריבערפירען דעם אשכול.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: שכר שבת ביים געווינען דעם לאטעריס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

ארויף לאור המצב
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע:גנזו לצדיקים

Re: שכר שבת ביים געווינען דעם לאטעריס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
ארויף לאור המצב
ייש"כ! כ'האב מיר טאקע ארגינעל מונע געוועהן פון קויפן א פאוערבאל טיקעט סוף וואך אלס מורא פון די חשש.

גיימיר שוין קויפן!
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4948
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: שכר שבת ביים געווינען דעם לאטעריס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

אינטערעסאנט. איך האב פונקט פריער געהערט פון מיין שוואגער אז ס'איז א שאלה, איך האב מיר געוואונדערט וואס די פראבלעם קען זיין. שכח פאר די מזכי הרבים פאר דעם אשכול.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
Belz123
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

Re: שכר שבת ביים געווינען דעם לאטעריס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Belz123 »

איסר האטלקי האט געשריבן:
אפגעטיילט פון דא http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 5#p1459175
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
Powerball rises to $435 million for Saturday
איז עס נישט קיין שאלה פון שכר שבת אויב ציט מען ארויס אום שבת?
No
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: שכר שבת ביים געווינען דעם לאטעריס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

Belz123 האט געשריבן:

וואס הייסט no?
עס זענען דא וואס האלטען אז מען טאר נישט
קען זיין מען פסקנט אז מען מעג אבער א שאלה איז עס
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
גוטע נקודה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 31, 2022 9:51 pm

Re: שכר שבת ביים געווינען דעם לאטעריס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נקודה »

יעדער האט געשריבן:
Belz123 האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
אפגעטיילט פון דא http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 5#p1459175
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
Powerball rises to $435 million for Saturday
איז עס נישט קיין שאלה פון שכר שבת אויב ציט מען ארויס אום שבת?
No
וואס הייסט no?
עס זענען דא וואס האלטען אז מען טאר נישט
קען זיין מען פסקנט אז מען מעג אבער א שאלה איז עס
ווער האלט אזוי?
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: שכר שבת ביים געווינען דעם לאטעריס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

אמאל געהערט א שיינע מעשה ביי א קריג איבערלעבער וואס האט יארן לאנג נאך די שווערע מלחמה געלעבט ווי א שנארער ל"ע, פארלוירן האט ער זיין גאנצע פאמיליע, געבליבן עלנד אליין אן קיין שום האפענונג, ער איז געווען צובראכן און נאכגעלאזט, פארשטייט זיך ער האט נישט חתונה געהאט נאכמאל און געלעבט האט ער פון עסן אין בתי תמחוי וכו'.
איין טאג באקומט ער א בריוו פון א דויטשער איד, א לויער וואס האט אים געשריבן אז אויב ער ווייסט וואס איז גוט פאר אים זאל ער זויפארט אריבערפארן קיין דייטשלאנד און זיך טרעפן מיט אים וויאומשנעלסטן!
דער איד נישט האבנדיג צו סך וואס צו פארלירן האט אנגענומען יענעמס איינלאדענונג, יענער האט אים אויסגעצאלט א טיקעט און ויסע!
ער קומט אן קיין דייטשלאנד, און יענער איד דערציילט אים אז בשנות הזעם איז ער געווען אין איין לאגער מיט א פעטער זיינער [פונעם שנארער] און א נאנטע ידידות האט זיך פארשאפט צווישן זיי, דער פעטער איז געווען פארן קריג גאר א גרויסער עושר, און אביסל שכל האט ער געהאט צו אריין לייגן אפאר מעלאונעס אין די שווייצע בענק אבער צו סך שכל האט ער נישט געהאט, [נעבעך] והראי' אז ער אליינס איז יא געבליבן בארצות הדמים, הכלל, דער פעטער האט געשפירט אז זיינע מינוטן זענען געציילטע, ער האט איבערגעגעבן די געהיימע אקאונט נומערן פאר זיין ידיד לצרה און געבעטן בדמעות אז אויב וועט ער זוכה זיין צו איבערלעבן זאל ער זיכער מאכן אז די געלט קומט אן צו איינע פון די אידישע יורשים און אויב וועט ער נישט טרעפן רח"ל זאל ער איבערגעבן די געלט פאר צדקה.
דער לויער פארציילט פאר דעם איד אז שוין יארן זינט דער קריג, ער האט ב"ה אויפגעשטעלט א פרישע משפחה, ער האט ב"ה א פיינע מכובדיגע פרנסה אבער ער האט נאכנישט אויפגעגעבן אויף זיין ידידי'ס צוואה און ער קערט שוין איבער א וועלט באלד 20 יאר צו נאכגיין די יורשים פון ידידו הי"ד
ענדליך - פארציילט ער - האט ער געטראפן א ריכטיגע יורש [און ניין, ס'איז נישט קיין סקעם] און הרי שלך לפניך דא האט איר די אקאונט נומערן און אז איר ווילט איך קען אייך בארגן געלט להוצאות הדרך ביז קיין שווייץ.
דער איד דער שנארער לשעבר האט נישט געקענט גלייבן וואס עס גייט פאר און נאר נאכן זיך צוריק קערן קיין דייטשלאנד ווי א רייכער מאן און צוריק צאלן די חוב פאר זיין נייער ידיד דער אידישער לויער, האט זיך דער איד געכאפט אז בעצם איז ער שוין רייך געווארן בשנות הזעם איינמאל זיין פעטער האט אויסגעהויכעט נשמתו הטהורה [די פעטער איז געווען קינדערלאז ל"ע] און בעצם האט ער נהנה געווען די גאנצע 20 יאר פון ממון צדקה שלא כדין! [השגות פון אמאליגע אידן]
איז ער צוגעגאנגען צו איינע פון גדולי הדור אין ארץ ישראל און געפרעגט וואס איז זיין הלכה/תיקון,
האט אים יענער גדול געפסק'נט אז בדין האט ער געמעגט רוהיגערהייט נהנה זיין מבית התמחוי ווייל כל זמן ער האט נישט געוואוסט פון די פארמעגן וואס ער פארמאגט ווערט ער נאכנישט גערעכענט אלס א גביר, כאטש עס ליגט ממון הצפון לו אבער עס איז באקאנט אז הנותן מתנה לחבירו צריך להודיעו, און כל זמן ער האט נישט געוויסט איז ער געווען א געהעריגע עני למהדרין.
פארשטייט זיך אז צדקה מעג ער שוין געבן אבער בדין דארף ער נישט צוריק געבן גארנישט און אין צריך לנקפו ליבו על כך שנהנה ממון אחרים במשך די אלע יארן.

היוצא לענינינו - כל זמן דער לאטערי געווינער האט נאכנישט געטשעקט זיין לאטערי טיקעט הייסט עס נאכנישט זיין פארמעגן, ער קען נאך געניסן פון קופת חתנים און פארשטייט זיך עס ווערט נישט גערעכענט אלס שכר שבת.
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: שכר שבת ביים געווינען דעם לאטעריס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

די מעשה איז נישט דומה צי שכר שבת
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: שכר שבת ביים געווינען דעם לאטעריס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

איך האב שוין א היתר פון מיין דיין צו געווינען די לאטערי סאו איך בין גרייט, און מ'קען רעדן צו מיין גבאי צדקה וועגן זמני קבלת קהל.
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: שכר שבת ביים געווינען דעם לאטעריס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

יעדער האט געשריבן:
די מעשה איז נישט דומה צי שכר שבת
די נקודה איז אז נאר פון די מינוט וואס ער געפונט אויס וועגן די פארמעגן דעמאלטס ווערט עס גערעכענט אלס זיין רכוש.
ד"מ אז די הייליגע תורה קען צווינגען די מעגאמיליאן לאטערי באאמטע אפשטופן די לאטערי אויסציאונג ביז מוצ"ש.
יאפ, די גוייעם וועל דארפן ווארטן ביז מיר אידעלעך ענדיגן שאלעשידעס און נאר נאכדעם וועלן זיי געוואר ווערן ווער די לאטערי געוואונער איז! [בס"ד]
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13906
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: שכר שבת ביים געווינען דעם לאטעריס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

נישט ממש
ווייל די סיבה א אנליין וועב סייט איז א פארמאכט שבת זאגט מיר דעם דיין איז צוליב
וואס ווען דו קומסט אין אפיס זונטאג און דו ווערסט געוואר אז שבת האט איינער געקויפט עפעס איז עס א פראבלעם פון זילותא דשבת און נאר וועגן דעם דארף מען פארמאכן דען עמעזאן אקאונט שבת
אוועטאר
אידישע היסטאריע
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 23, 2021 12:09 am
לאקאציע:ביים מוכר ספרים

Re: שכר שבת ביים געווינען דעם לאטעריס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע היסטאריע »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 3:03 pm
יעדער האט געשריבן:
די מעשה איז נישט דומה צי שכר שבת
די נקודה איז אז נאר פון די מינוט וואס ער געפונט אויס וועגן די פארמעגן דעמאלטס ווערט עס גערעכענט אלס זיין רכוש.
ד"מ אז די הייליגע תורה קען צווינגען די מעגאמיליאן לאטערי באאמטע אפשטופן די לאטערי אויסציאונג ביז מוצ"ש.
יאפ, די גוייעם וועל דארפן ווארטן ביז מיר אידעלעך ענדיגן שאלעשידעס און נאר נאכדעם וועלן זיי געוואר ווערן ווער די לאטערי געוואונער איז! [בס"ד]

במח"כ איז די צושטעל נישט גלייך. ביי צדקה איז די הלכה אז א גביר וואס איז אונטערוועגנס און האט נישט קיין עקסעס צו געלט מעג נעמען פון צדקה כאטש ער ווייסט אז ער האט ביי זיך אין שטוב אונטער'ן מאטראץ עטליכע ביליאן אין מזומן, ווייל היות ער האט יעצט נישט קיין עקסעס צום געלט - נישט ווייל ער ווייסט נישט דערפון נאר ווייל ער האט נישט קיין עקסעס דערצו - הייסט ער יעצט אן ארימאן. עס איז נישטא אזא הלכה אז ווען איינער איז מיר מזכה געלט ווערט עס מיינס נאר ווען איך ווער געוואויר דערוועגן.
מיר האפן ארויפצולייגן יעדע וואך-צוויי אן אפהאנדלונג איבער שטיקעלעך אידישע היסטאריע.

פאר הערות והארות קען מען זיך ווענדן אין אימעל צו [email protected]
טיפער מח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 14, 2021 8:47 pm

Re: שכר שבת ביים געווינען דעם לאטעריס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפער מח »

די שאלה איז שייך יעצט ביי די פאוערבאלל וואס מען גייט ארויסציען שמחת תורה ביינאכט
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”