**בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33584
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

תגובה דורך וויכטיג מאכער

דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
יעקב לעהמאן
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 5:56 pm

Re: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, איבער "1000" אידן טויט הי"ד - שמחת תורה תשפ"ד

תגובה דורך יעקב לעהמאן »

א אייראפעאישע מקור זאגט פאר די טיימס פון איזראעל אז דער באשלוס, וואס איז פריער היינט געמאלדן דורך די אי.יו., צו גלייך אָפּשניידן אלע אי.יו. הילף צו די פאלעסטינער, וועט נישט איינגעפירט ווערן, צוליב אָפּאָזיציע פון מיטגלידער סטעיטס.
אני מאמין באמונה שלימה שהוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים
כי לא יטוש השם את עמו ונחלתו לא יעזוב
אוועטאר
אזוי גאר!
שר תשעת אלפים
תגובות: 9239
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע:עולם השפל

Re: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, איבער "1000" אידן טויט הי"ד - שמחת תורה תשפ"ד

תגובה דורך אזוי גאר! »

אין עזה יעצט
unnamed.jpg
unnamed.jpg (63.16 KiB) געזען 2916 מאל
זאל איך גיין ביים צענער?
פארגאנגענע וואך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, איבער "1000" אידן טויט הי"ד - שמחת תורה תשפ"ד

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

14 French nationals are missing according to French TV quoting the Ministry of Foreign Affairs #Israel #Gaza

Two French nationals were killed
פון דא און פון דארט!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29832
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, איבער "1000" אידן טויט הי"ד - שמחת תורה תשפ"ד

תגובה דורך לכאורה »

עטליכע וויכטיגע אנווייזונגען פאר דעם אשכול:

1. ב"ה מיר האבן ערפארענע און געניטע נייעס באריכטער, וועלכע ברענגען די נייעס ווי נאר עס קומט אריין. ביטע לאזט די ארבעט פאר זיי.

2. אויב זעט איר עפעס וואס איז נישט באריכטעט געווארן, קענט איר דאס אליינס באריכטן, אבער מאכט זיכער אז עס איז: 1) נייעס 2) קראנט 3) געשריבן אויף אידיש.

3. אלע סארט השקפה קאמענטארן, לטב אדער למוטב, פארצייכנט אייך אויף א פאפיר און טראגט עס אין טאש.

4. גראפישע בילדער און קליפס האבן נישט קיין ארט אויף דעם ארט.

5. פארלעצער וועלן פארשיקט ווערן.
מיסתפינא
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 12:24 pm

Re: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, איבער 900 אידן טויט הי"ד - שמחת תורה תשפ"ד

תגובה דורך מיסתפינא »

ליידער ליידער שטעלט זיך ארויס אז כאמאס ימ"ש איז ווייט ווייט פון נאאיוו...

אומברענגען משכונות? ה' ישמור ויציל, דאס איז די שווערסטע לחץ וואס זיי קענען לייגען אויף די מדינה.

און דער וועלט? גיב עס א וואך צוויי, וועסטו שוין זיין דער סי ען ען און דער בי בי סי צעזאמען מיט דע אי יו גייט אויס פאר רחמנות פאר די נעבעכדיגער גאזא איינוואוינער

שוין יעצט האט דער יו ען הויפט סעקראור געבעטן אז דער מדינה זאל נישט אפשטעלן וואסער סאפליי פאר עזה
אוועטאר
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 28447
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, איבער "1000" אידן טויט הי"ד - שמחת תורה תשפ"ד

תגובה דורך ישראל_הלוי »

חאמאס זאגט אז צווישן די משכונות זענען פארהאנען צענדליגער מיט דאפעלטע בירגערשאפט אריינגערעכנט רוסישע און כינעזע.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, איבער "1000" אידן טויט הי"ד - שמחת תורה תשפ"ד

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 2:09 pm
א דריטע כיזבאלא טעראריסט איז טויט
און א פערטע טעראריסט.

---
די שאנסן אז כיזבאלא זאל ווערן דירעקט פארמישט הייבט זיך
אוועטאר
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 28447
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, איבער 800 אידן טויט הי"ד - שמחת תורה תשפ"ד

תגובה דורך ישראל_הלוי »

ישראל_הלוי האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 12:57 pm
חאמאס זאגט אז זיי וועלן אומברענגן א משכון יעדעס מאל וואס מדנ"י צילט אונזערע מענטשן אנע ווארענונג ר"ל.
חאמאס זאגט אז עס וועט ווערן רעקארדירט פראפעסיאנאל.
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46616
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, איבער "1000" אידן טויט הי"ד - שמחת תורה תשפ"ד

תגובה דורך הכל הבל »

דערווייל האט מען נישט געהערט סיי וועלכע קאמענטארן פון פרעזידענטן קלינטאן אין אבאמא איבער די כאמאס אטאקעס
אוועטאר
אזוי גאר!
שר תשעת אלפים
תגובות: 9239
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע:עולם השפל

Re: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, איבער "1000" אידן טויט הי"ד - שמחת תורה תשפ"ד

תגובה דורך אזוי גאר! »

די פאניק וואס גייט פאר, געשעפטן ווערן ליידיג!!!
אטעטשמענטס
unnamed.png
unnamed.png (256.78 KiB) געזען 3638 מאל
זאל איך גיין ביים צענער?
בן כלבא שבוע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3266
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, איבער "1000" אידן טויט הי"ד - שמחת תורה תשפ"ד

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

אזוי גאר! האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 2:04 pm
בקשה:
ווער וויל מאכן א סה"כ דערווייל צן לייגען אין די ערשטע תגובה און מיר שיקען אין אישי?
און לייג עס אויך ביטע ביי די לעצטע פעידזש. רוב עולם קוקט שוין נישט די ערשטע תגובה.
אוועטאר
וועקסלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:10 pm

Re: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, איבער "1000" אידן טויט הי"ד - שמחת תורה תשפ"ד

תגובה דורך וועקסלער »

לאור המצב איז די שקל געפאלן צו 3.95 אנטקעגן די דאללער
לעצט פארראכטן דורך וועקסלער אום מאנטאג אקטאבער 09, 2023 2:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אינטערוועלטניק
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 10:36 am

Re: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, איבער "1000" אידן טויט הי"ד - שמחת תורה תשפ"ד

תגובה דורך אינטערוועלטניק »

אפיציר יונתן שטיינברג הי"ד איז דער העכסט ראנגיקע מדינת ישראל מיליטער זעלנער אומגעקומען אין די טעראר אטאקע, ער איז די ראנק פון קאלאנעל
אוועטאר
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 28447
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, איבער "1000" אידן טויט הי"ד - שמחת תורה תשפ"ד

תגובה דורך ישראל_הלוי »

דרייט זיך ארום א ווידיאו אנגעבליך פון חיזבאללא מיטן טיטל 'מיר קומען' עס איז אבער אין ערגעץ נישט באשטעטיגט געווארן דערווייל אלס אויטענטיש.
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 13800
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, איבער "1000" אידן טויט הי"ד - שמחת תורה תשפ"ד

תגובה דורך אבימלך »

סענעטאר פעטערמאן איבער אמעריקעס שטיצע פאר מדנ״י
IMG_7321.jpeg
IMG_7321.jpeg (88.94 KiB) געזען 3644 מאל
בילד
האסט הנאה פון די באריכטן? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
אזוי גאר!
שר תשעת אלפים
תגובות: 9239
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע:עולם השפל

Re: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, איבער "1000" אידן טויט הי"ד - שמחת תורה תשפ"ד

תגובה דורך אזוי גאר! »

מדינת ישראל האָט געשיקט אַ אזהרה צו כיזבאָלאַ דורך פֿראַנקרייַך:

אויב כיזבאלא אטאקירט מדינת ישראל, וועט ישראל פארניכטן דמשק, אמעריקע וועט העלפן מדינת ישראל מיט מלחמה שיפן.
זאל איך גיין ביים צענער?
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, איבער "1000" אידן טויט הי"ד - שמחת תורה תשפ"ד

תגובה דורך נקדימון »

פאלעסטינע געזונטהייט מיניסטעריום זאגט אז די צאל טויטע אין עזה שטייט ביי 687 און 3726 פארוואונדעטע

---
עס איז ווארשיינליך א סך העכער
בן-פורת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 28, 2023 11:16 pm

Re: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, איבער 900 אידן טויט הי"ד - שמחת תורה תשפ"ד

תגובה דורך בן-פורת »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 2:11 pm
מדנ"י האט שוין געמאכט די קעיס פאר די וועלט אז דאס איז זייער 9/11, אמעריקע האט אין רעאקציע צו 9/11 אפגעווישט טויזטער ציווילע, און געשפענדעט טריליאנען פאר 20 יאר פון קריג, מדנ"י איז ערווארטעט צו טון ענליך, ווי עס זעט אויס איז זייער פלאן צו פלאך מאכן עזה - נמביגדפ, און איבערנעמען קאנטראל, פינטל.
אויך אביסל שווער צו גלייבן אז ס'גייט געשען. מיט אלע פראקציעס אין איזראעל און די חנופה צו וועלטס לענדער.
איך קען אסאךמענטשן וואס דארפן הילף
איך קען ווייניגמענטשן וואס גייען פאר הילף!
You the best
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 06, 2023 1:12 pm

Re: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, איבער "1000" אידן טויט הי"ד - שמחת תורה תשפ"ד

תגובה דורך You the best »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 2:23 pm
דערווייל האט מען נישט געהערט סיי וועלכע קאמענטארן פון פרעזידענטן קלינטאן אין אבאמא איבער די כאמאס אטאקעס
טראמפ מיט א פארדאמונג
אטעטשמענטס
Screenshot_20231009_142559_WhatsApp.jpg
Screenshot_20231009_142559_WhatsApp.jpg (281.15 KiB) געזען 3015 מאל
אוועטאר
אזוי גאר!
שר תשעת אלפים
תגובות: 9239
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע:עולם השפל

Re: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, איבער "1000" אידן טויט הי"ד - שמחת תורה תשפ"ד

תגובה דורך אזוי גאר! »

HA עראפלאנען אטאקירן די שטוב פון דער אבו מאהסען פאמיליע אין די קוואַרטאַל טאל על סולטאן, מערב פון רפיח, אין דרום עזה סטריפּ.
זאל איך גיין ביים צענער?
אוועטאר
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 28447
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, איבער "1000" אידן טויט הי"ד - שמחת תורה תשפ"ד

תגובה דורך ישראל_הלוי »

א מדנ"י אטאקע אויף א הויז פון א טעראריסטישע משפחה על-אסטל אין צענטער פון חאן יוניס האט אפגעווישט א גרויסע צאל אנוועזענדע.
קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2256
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, איבער 900 אידן טויט הי"ד - שמחת תורה תשפ"ד

תגובה דורך קלאנג »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 2:11 pm
עס איז באמת שטוינענד ווי נאאיוו כאמאס איז - אדער מאכט זיך

זיי רעדן פון משכונות אויסטוישן און/אדער אומברענגען משכונות אלץ רעאקציע.

קיין שום דרוק אין די וועלט גייט נישט טוישן וואס מדנ"י גייט יעצט טון, דאז איז אריין אין עזה און עס פלאך מאכן, עס גייט זיי ליידער נישט אנגיין קיין ציווילע טויטע, צה"ל טויטע רח"ל, משכונות רח"ל, גארנישט גארנישט גארנישט פינטל.
טאמער וועלן זיי ח"ו אומברענגען די געפאנגענע און פארשפרייטן ווידעאס דערפון וועט עס טאקע פון איין זייט אויפהייטערן די רייץ פאר נקמה און ברענגן מער וועלט שטיצע פאר מדנ"י אבער פון די אנדערע זייט וועט זיך פארמירן א שטארקע אנטי-מלחמה באוועגונג צווישן מדנ"י בירגער, און וועט עס מאכן זייער שווער אנצוגיין מיט די אקציע.
וקול התור נשמע בארצנו
עטרת חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4172
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 28, 2023 12:59 pm
לאקאציע:קרית יואל יצ"ו

Re: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, איבער "1000" אידן טויט הי"ד - שמחת תורה תשפ"ד

תגובה דורך עטרת חיים »

א קורצע איבערזיכט ארום די מלחמה צושטאנד צווישן מדינת ישראל מיט כאמאס און ארימיגע אנטוויקלונגן ווי זאכן שטייען מאמענטאל

כאמאס באריכטעט אז די גרופע האלט אין געפענגעניש מער ווי 100 מדינת ישראל משכונות, סיי ציווילע און סיי סאלדאטן, און איסלאמיק דזשיהאד געט איבער אז די גרופע האט ווייניגסטענס 30 מדינת ישראל משכונות.
כאמאס האט אויך געמאלדן אז 4 מדינת ישראל משכונות זענען אומגעקומען אין איינס פון די הונדערטער באמבארדירונגן וואס מדינת ישראל האט דורכגעפירט אויף עזה.
מדינת ישראל באריכטעט אז אירע קרעפטן האבן שוין פולע קאנטראל אויף שטעטלעך וואס זענען אינפילטרירט געווארן דורך טעראריסטן, אבער ווארענט אז רעשטליך פון זיי געפונען זיך נאך אין לאנד.
מיליטאנטן פון עזה האבן פארגעזעצט מיט מערערע כוואליעס ראקעטן שיסערייען וועלכע האבן באטראפן מענטשען און שטחים אין עטליכע געגענטער, צווישן דעם אין געגענטער ארום ירושלים וואו עטליכע מענטשען זענען פארוואונדעט געווארן, צוויי פון זיי אין א ערענסטן צושטאעד.
אזוי אויך איז צום ערשטן מאל פארגעקומען אן אינפילטרירונג ביים גרעניץ מיט לבנון, אן אקציע אויף וואס איסלאמיק דזשיהאד האט גענומען פאראנטווארטליכקייט.
עזה געזונטהייט באאמטע באריכטן אז 560 פאלעסטינער זענען ביז יעצט געהארגעט געווארן, און עטליכע טויזנט אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן.
די מדינת ישראל רעגירינג, וועלכע האט אריין גערופן 300 טויזנט רעזערוויסטן און גרייט זיך אויף פיל גרעסערע אפאראציעס, ארבייט מיט די אפאזיציע צו פארמירן אן אמערדזשענסי רעגירוגנ וואס זאל זיין אין קראפט אין צייט פון די מלחמה.
קול מבשר
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/92561
לכשיפוצו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2023 3:53 pm

Re: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, איבער 900 אידן טויט הי"ד - שמחת תורה תשפ"ד

תגובה דורך לכשיפוצו »

בן-פורת האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 2:27 pm
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 2:11 pm
מדנ"י האט שוין געמאכט די קעיס פאר די וועלט אז דאס איז זייער 9/11, אמעריקע האט אין רעאקציע צו 9/11 אפגעווישט טויזטער ציווילע, און געשפענדעט טריליאנען פאר 20 יאר פון קריג, מדנ"י איז ערווארטעט צו טון ענליך, ווי עס זעט אויס איז זייער פלאן צו פלאך מאכן עזה - נמביגדפ, און איבערנעמען קאנטראל, פינטל.
אויך אביסל שווער צו גלייבן אז ס'גייט געשען. מיט אלע פראקציעס אין איזראעל און די חנופה צו וועלטס לענדער.
דאס איז פאר חאמאס זיכער געלונגען צו פאראייניגן
די לאנד ווי קיינמאל בעפאר, נישטא קיין פראקציעס יעצט
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 13800
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, איבער "1000" אידן טויט הי"ד - שמחת תורה תשפ"ד

תגובה דורך אבימלך »

מדנ״י האט יעצט אפגעהאקט די דריטע אין לעצטע רער וואס פלעגט צו טראגען וואסען צו די עזה פאס
בילד
האסט הנאה פון די באריכטן? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”