אין די פעלד פון סייבער סעקיוריטי איז דא צוויי חלקים: זיך פארזיכערן (pro active) און פאררעכטן (reactive), ביידע זענען וויכטיג און מ'דארף האלטן און איין אינוועסטירן דערין.
זיך פארזיכערן פון פאראויס (pro active)
ס'דא אומצאליגע זאכן וואס קענען געטון ווערן צו פראטעקטן א קאמפיוטער)/ביזנעס/נעטווארק, מ'דארף האבן א גוטע טעקנישן וואס קען די פעלד, און ווי קוי זאגט: שכל. האבן כסדר'דיגע טרענירונגען פאר די ארבעטער איז זייער א וויכטיגע זאך, למשל יעדע חודש אן אנדערע טיפ סתם צו עפענען די אויגן און פשוט וויסן וואס קען אלץ זיין א פראבלעם.
פאררעכטן נאכן זיין אין א פראבלעם (reactive)
קיינער וויל זיך נישט זען אין אזא מצב וואס איינער פון די ארבעטער האבן געווייערט אפאר טויזנט דאלער אין דער באקומער שרייט חי וקים אז ער האט עס נישט באקומען. אדער אז אלע קאסטומער באקומען אן אימעיל פון דיר צו אפדעיטן געוויסע אינפארמאציע אויף א געוויסע סייט וואס דו האסט נישט קיין אנונג ווער ס'האט דאס געשיקט.
אבער אויב פאסירט עפעס אין דעם נושא, סיי וואס, ווי גרויס אדער קליין די אימפאקט איז, מאך זיכער אז ס'קען נישט פאסירן נאכאמאל. די קומענדיגע מאל קען עס זיין אסאך מער מאכטפול.