דער האפענונג צי ביאת המשיח בב"א

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

דער האפענונג צי ביאת המשיח בב"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

געווען בין איך א קליין קינד, מיט די גאנצע תמימות פון א קינד האב איך געהאפט און געווארט אויף דער גרויסע טאג פון ביאת המשיח, אויף דער טאג וואס מיר וועלן עדגילטיג אויגעלייזט ווערן איינמאל אויף אלעמאל פון דעם ביטערן גלות, פשוט ווייל דעמאלט וועט אונז גוט זיין.
ביז איין טאג, איך געדענט נישט צי אין כתה ו' אדער אין כתה ז' איז דאס געווען, איז געקומען דער רבי, וואס איך ארבעט זייער שווער איהם צי קענען מוחל זיין, און מיט זיין גרויס חכמה פארציילט אז צדיקין האבן געזאגט, אז ווען משיח וועט קומען וועלן זיי זיך פארשטעקן אין א מייזן לאך פאר בושות, מער האט שוין נישט אויסגעפעלט, און פון דעמאלט דארף איך שווער ארבייטען צי מעורר זיין מיין צפיה לישועה, ס'האט שין נישט געהאלפן זיין הסברים אז מען דארף האפן צוליב די צער השכינה, וואס פארשטייט דען א קינד צי אזעלכע זאכן.

א איד האט זיך אמאל אפגערדט פאר הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע אז צי וואס האט ער צי מצפה זיין לישועה אויב ער וועט נאר האבן בושות דעמאלטס, דער בעלזער רב האט איהם געענטפערט, אז דער טאטע האט געזאגט אז ווען משיח וועט קומען וועט זיין גוט, ותל"מ.
און דאס איז לכאורה די פשט, ווייל מיט די אלע בושות וועט אונז דעמאלטס גוט זיין, אז מיר וועלן זעהן בישועתן של ישראל, ובבנין ביהמ"ק, און אלעס ארום, און מען וועט זיך זיכער נישט צוריק בענקען.

איך האף נאר אז די היינטיגע מלמדים זענען קלוגער און רדען נאר וועגן ד נאטורליכע צפיה לישועה, פאר קינדער טאר מען נישט פארדרייען א קאפ.

ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים בב"א.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

קיעין איין מלמד האט מיר עס נישט געזאגט אבער איך האב אלץ געטראכט אזוי אז עס גייט זיין בושות איך האב געהאט א פראבלעם, צו מתפלל זיין אז משיח זאל קומען.
ביז איך האב אפגעמאכט אז אויב מיין תפילה גייט העלפען אז משיח זאל קומען וועל איך וודאי האבן א כפרה ווייל משיח קומט דאך נאר אויב עס וורעט א קומה שלימה פון כלל ישראל.
איז אויב מיין תפילה גייט העלפן איז עס א בחינה פון גיטו וידו באין כאחד

די ישמח משה פלעגט אבער זאגן זאל איך ווערן פארווארפען פון ביידע וועלטען אבי משיח זאל קומען, און דאס איז באמת די ריכטיגע וועג זיין גרייט אויף מסירות נפש פאר ביאת משיח, ביאת משיח איז נישט פאר די נפשיות'דיגע הנאה, אויב מען וועט האבן בישות איז דאך דאס לטובה צו אפקומען די עבירות.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
ירוושלמי22
שר חמש מאות
תגובות: 692
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוושלמי22 »

איך האב אמאהל גהערט א מעשה, אז ס'איז געווען א איד וואס איז אריין צו כ"ק מרן אדמו"ר מתולדות אהרן זצוק"ל,
און זיך אפגערעדט אז די שרעק פון בושות וואס ווארט איהם אפ, לאזט איהם נישט מתפלל זיין, מיטן גאנצן הארץ אויף ביאת המשיח,
תו"א זצקו"ל איז דערציטערט געווארן, היתכן, שכינתא בגלותא, און די האסט אינזינען דיינע בושות,
כידוע האט ער אלעמאהל פארפירט און געוויינט אויף שכינתא בגלותא,
נו ווער קען זיך היינט צושטעלן צו דעם צדיק אמת
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

אלעס איז אמת, אבער נישט אלעס קען מען זאגן פאר א קינד.
געלויבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2017 3:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלויבט »

מ'זאגט נאך א נוסחה.
פון רבין פון פשיסחה.
וואס האט געטעהנ'ט פארן נורא עלילה.
זיי בעסער צופרידן.
לייז אונז אויס אל'ס אידן.
ווי איידער אל'ס גוים חלילה.

ווילאנג מ'רעדט נאך וועגן בזיונות שטייט מען גוט. אך און וויי פאר אונז אז ער וועט קומען ווען מ'וועט שוין נישט האבן קיין בזיונות.
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

אמאל געהערט פון א גוטער איד בירושלים וואס האט נאך געזאגט פון (איך געדענק נישט), אז ווען משיח גייט קומען, ווער וועט זיך פילן גענוג ראוי צו גיין אנטקעגען משיח וועלן אלע אריין לויפן אין ביהמ"ד מתפלל זיין און תשובה טוהן, מיט אמאל וועט מען הערן א בת קול "פלוני בן פלוני קען ארויס קומען מקבל פנים זיין משיח", און די תפלות ותחנונים וועלן זיך פארשטערקערן און ווידער וועט מען הערן אויף א צווייטן "פלוני בן פלוני קען ארויס קומען מקבל פנים זיין משיח", אזוי וועט זיין ביז אלע אידן וועלן אויסגערייניגט ווערן ולא ידח ממנו נדח.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

יענקל פאטאש האט געשריבן: אמאל געהערט פון א גוטער איד בירושלים וואס האט נאך געזאגט פון (איך געדענק נישט), אז ווען משיח גייט קומען, ווער וועט זיך פילן גענוג ראוי צו גיין אנטקעגען משיח וועלן אלע אריין לויפן אין ביהמ"ד מתפלל זיין און תשובה טוהן, מיט אמאל וועט מען הערן א בת קול "פלוני בן פלוני קען ארויס קומען מקבל פנים זיין משיח", און די תפלות ותחנונים וועלן זיך פארשטערקערן און ווידער וועט מען הערן אויף א צווייטן "פלוני בן פלוני קען ארויס קומען מקבל פנים זיין משיח", אזוי וועט זיין ביז אלע אידן וועלן אויסגערייניגט ווערן ולא ידח ממנו נדח.

ווי דער הייליגער רמב"ם שרייבט, "אין בן דוד בא אלא בתשובה, וכבר הבטיחנו התורה שעתידים ישראל לחזור בתשובה בסוף גלותם," די לשון איז אפשר נישט מדויי אבער דאס איז זיכער תוכן דבריו, און א פסק פון די רמב"ם איז דאך א פסק.
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1979
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

לחם לשובע האט געשריבן:
יענקל פאטאש האט געשריבן: אמאל געהערט פון א גוטער איד בירושלים וואס האט נאך געזאגט פון (איך געדענק נישט), אז ווען משיח גייט קומען, ווער וועט זיך פילן גענוג ראוי צו גיין אנטקעגען משיח וועלן אלע אריין לויפן אין ביהמ"ד מתפלל זיין און תשובה טוהן, מיט אמאל וועט מען הערן א בת קול "פלוני בן פלוני קען ארויס קומען מקבל פנים זיין משיח", און די תפלות ותחנונים וועלן זיך פארשטערקערן און ווידער וועט מען הערן אויף א צווייטן "פלוני בן פלוני קען ארויס קומען מקבל פנים זיין משיח", אזוי וועט זיין ביז אלע אידן וועלן אויסגערייניגט ווערן ולא ידח ממנו נדח.

ווי דער הייליגער רמב"ם שרייבט, "אין בן דוד בא אלא בתשובה, וכבר הבטיחנו התורה שעתידים ישראל לחזור בתשובה בסוף גלותם," די לשון איז אפשר נישט מדויי אבער דאס איז זיכער תוכן דבריו, און א פסק פון די רמב"ם איז דאך א פסק.


יא, איר זאגט גיט, מיר האבן דאך א גוטע טאטן און הימל.
דא האט איר דע פונקטליכע לשון:

הרמב"ם (הלכות תשובה פרק ז') קובע כך בפסק-הלכה: "אין ישראל נגאלין אלא בתשובה, וכבר הבטיחה תורה שסוף ישראל לעשות תשובה בסוף גלותן, ומיד הן נגאלין".
פעינטער
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעינטער »

מ'פארציילט אז מען האט אמאל געפרעגט דער ערשטע בעלזא רב (דער הייליגע שר שלום) זי"ע צו ער וויל זיין משיח, האט ער גענטפערט אז "משיח גייט פארענטפערן א יעדן יוד, און איך קען מיך נישט זעהן דאס צו טוהן"עכ"פ "משיח גייט פארענטפערן א יעדע יוד, ובפרט אונזער דור וואס די הסתר איז אזוי גרויס און א יעדע פעולה טובה אדער אפילו א גוטע מחשבה וואס א יוד האט איז א געוואלדיגע נחת רוח פאר'ן אייבירשטער.
אחכה לו בכל יום שיבוא!!!
הכל לטובה!!
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

אפשר וועט זיין בושות, אבער לוינט זיך עס דאן נישט? עס וועט דאך זיכער זיין לאין ערוך מאל בעסער ווי יעצט מיט אלע בושות.

איך קען זיך נישט פארשטעלן אז איינער זאל זיין חלילה געפאנגן אין שטרענג בארבארישע צפון קארעא טורמע, און ער זאל זיך נישט וועל באפרייען, צוליב ער וועט האבן בושות.

חוץ פון דעהם, טאר מען נישט זיין אזוי סעלפיש, ווייל די שכינה הק' איז דאך אין גלות, איז צוליב א ביסעלע בושות, זאל מען איהם דען נישט וועלן זעהן ארויס?!

און לאמיר געדענקן אז משיח וועט ווייזן אויף אלע ערליכע אידן אז זיי האבן געווארט אויף מיר באלד 39 יובלות, געווארט און געווארט און נישט אויפגעגעבן, געגלייבט און געהאפט, דורך געגאנגען ביטערע נסיונות, און געבליבען געטריי צום באשעפער, אפשר איז חלילה דא א צעלעכערטע עבירה'לע דא און א שוואכע עבירה'לע דארט, און מען מוז טאקע צאלן אויף דעהם (און יודע דבר זאגן אז עס איז דא אן עצה אויף דעהם: תשובה...), אבער קומט עס דען צי צי די אמונה און שטארקייט פון אידן, וואס זענען נאך 1948 יאר נאך אלס ערליך.
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: דער האפענונג צי ביאת המשיח בב"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח.... בכל יום שיבא

אונז זאגן יעדן טאג דעם אני מאמין, אבער מדארף לעבן דערמיט נישט נאר סתם זאגן.

יא משיח גייט אנקומען, אונז אלע גלייבן מיר אין דעם.

זענען מיר אלע גרייט?

לאמיר זיך גרייטן מיט אן אמת, נאך אביסל תורה, תפילה, א שמייכל פאר א צווייטע איד, צדקה, זיך היטן די אויגן, חסד פאר א צווייטן, תשובה ומעשים טובים וכו' וכו'.
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
ישיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:18 pm

Re: דער האפענונג צי ביאת המשיח בב"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיש »

IMG-20231010-WA0356.jpg
IMG-20231010-WA0356.jpg (115.28 KiB) געזען 307 מאל
כ'זאג נישט אויס
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 13, 2022 9:58 pm

Re: דער האפענונג צי ביאת המשיח בב"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'זאג נישט אויס »

ישיש האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:04 pm
IMG-20231010-WA0356.jpg
ס'דא אזאנס טווא סיידעד און יודיש אויב איינער קען ברענגן ביטע
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע דיינע תגובות, עס איז דא א מאקסימום פון 255 אותיות וואס מען קען שרייבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”