זעה אז די שיעור זאל ווערן אויף איינער פון די חבורות, דהיינו די נקודה אז מען מוז אנקומען יעדן טאג א סכום קצוב, דערנאך זאג אז יעדן טאג אזויפיל און אזויפיל אזייגער הייבסטו אן לערנען די שיעור און דו האפסט אז ער זאל דארט זיין ווען ער קומט אן הייבט מען אן דארט ווי דו האלטסט וועט ער גרייט זיין אנצוהייבן קומען צייטליך הרי טוב אז נישט וועט ער ממילא אוועק פאלן עס איז א געוואלדיגע זכי' אויב דו קענסט אים יא מאכן לערנען און אים שטעלן אויף די פיס בס"ד
אויב זאגסטו אים אפ, מאך זיכער צו פאר'צוקערן די פראצעדור. מאך אים קלאר אז ענק פארבלייבן נאנטע ידידים אין לעבן, טראץ וואס די לערנען חלק ארבעט זיך נישט אויס וכדו'.
געהאט א מגי''ש מיט וועמען איך בין שטארק בידידות און ער האט מיר אויסגעלערנט די פאלגענדע, איך האלט אז דאס איז א כלל אין לעבן מיט חברותות און ארבייטער אד''ג.
געווען א בחור וואס האט געוואלט לערנען מיט מיר און איך האב געהאלטן אז ס'איז נישט קיין תועלת, האט מיר דער מגי''ש געזאגט אזוי, דער בחור איז נישט משוגע ער ווייסט אדער גייט וויסן דעם אמת, אויב וועסטו אים ארומחושן אז אפשר האסטו א צווייטן, דו ווארטסט צו קאנפירמן מיט דעם און מיט יענעם וכו' וכו' דאן גייט ער זיין אנגעווייטאגט פארן לעבן, בעסער זיי אפן מיט אים, זיי אים מסביר אז דו האלטסט ס'איז נישט קיין תועלת, ער גייט טאקע זיין אנגעווייטאגט פאר אביסל אבער אז די ביזט האנעסט גייט ער דאס פארשטיין און אראפשלינגן, ארומחושן וועט נאר מאכן אז ער זאל בלייבן אנגעווייטאגט פארן לעבן.
יעצט לעינינו, אין דיין סיטואציע האלט איך אז עס קען גאר העלפן צו זיין אפן מיט אים, אפשר וועסטו געוואויר ווערן אז ס'איז פשוט א דורכגאנג און ס'וועט נעמען א וואך צוויי זיך צו צוריקכאפן? און אויב נישט איז נאכאלץ די בעסטע וועג זיך צו צוטיילן אויף אזא וועג וואס יעדער פארשטייט אז אנגיין ווייטער האט נישט קיין תכלית, אזוי וועסטו בלייבן גוטע פריינט בכלליות.
עניוועי, וואטעווער דו טוסט זאלסטו האבן גרויס הצלחה און קענען ווייטער שטייגן אין א גוטע סביבה.
עס איז זיכער נישט דא קיין כלל איבער דעס יעדע פאל ווענט זיך ווער ווי אין וואס
גיי רעד דיר דורך מיט דיין מורה דרך דיין רב משפיע אין וואס ער זאגט טו מיט א שטארקייט אן טראכטן אזוי וועסטו נישט האבן קיין גילטי פילינגס נישט קיין חילוק וואס די טוסט צום סוף
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
ווען מען זעט א פלוצלינגדיגע טויש אין א חברותא, ד.מ. ער פארלירט זיין מאד צו לערנען, און/אדער ער קומט שפעט גייט אוועק פרי וכדו', דארף מען אים זייער גוט און באטראכט נעמען, און אפילו אביסל שפיאנירן אויף אים, צו עפעס דרייט זיך נישט איבער אין זיין לעבן, און צו ער דארף נישט קיין הילף.
איך וועל פארציילן מנסיון, איך האב א חברותא וואס מיר האבן צוזאמען געלערנט פאר איבער א יאר יעדן צופרי חק ולא יעבור, ביז אין א שיינעם טאג האב איך אנגעהויבן פאנפענען און נישט קומען צייטליך, אדער יא קומען און אוועקגיין פרי, און אפילו צומאל אנטלויפן פלוצלונג אינמיטן לערנען אים זאגענדיג "איך מוז לויפן", און ער האט נישט געוואוסט וועלכע שלאק עס האט מיר באטראפן, אבער צו זיין קרעדיט האט ער גארנישט געטוהן, נאר פרובירט אנצוגיין ווייטער און מיך נישט אפגעזאגט. נאך א חודש צוויי האב איך געהאט די קוראדזש זיך צו עפענען פאר אים, און אים אביסל פארציילן וואס איך גיי דורך מיט מיין ענקזייעטי, און אז עס איז מיר ביטער שווער צו זיין אין ביהמ''ד, אדער סיי ווי צווישן מענטשן, איך האב געדאווענט אינדערהיים וכו' וכו' וכו' שאכמ"ל.(פאר ווער עס האלט אז עס איז א תועלת פאר אים קען סירטשן מיינע תגובות, וואס איך האב אראפגעלייגט אפס קצהו פון וואס איך בין דורך, אדער מיך קאנטעקטן אין אישי.)האט ער מיר געאפערט אז מיר גייען אנהייבן לערנען ביי אים אין אפיס און ב''ה עס האט געארבייט, און פאר א שטיק צייט איז דאס געווען מיין איינציגסטע קשר צו די דרויסענדיגע וועלט חוץ פון מיין שטוב און די ארבייט, און איך קען זאגן אז דאס האט מיר געראטעוועט און געהאלפן אנקומען דארט ווי איך בין היינט, דאס איז שוין חוץ די חלק פון דאגה בלב איש.
ווען ער זאגט מיר ווען אפ אין יענע צייט ווייס איך נישט צו איך וואלט אזוי שנעל ארויסגעקראכן פון ווי איך בין געווען, און איך וויל אים טאקע דא ברבים דאנקען פאר דעם, און אזוי אויך פאר די אויער וואס ער האט געהאט פאר מיר במשך מיין שווערע צייט.
און אין א זייטיגע נאטיץ: די לערנען חלק פון אונזער חברותא איז נאך אלס נישט צוריקגעקומען צום פולן שטאפל וואס עס איז געווען אמאל, אבער מיטן באשעפער'ס הילף האפן מיר בקרוב זיך צו קענען צוריק נעמען און די האנט אריין בשלימות
ממילא ווען איינער האט א פראבלעם מיט א חברותא און ער קען טראכטן אז עס האט צוטוהן מיט א נפשיות'דיגע פראבלעם, זאל מען אים נאר טרייען צו מחזק זיין, און אים ווייזן אז מען איז דא פאר אים, און אז מען איז אים גרייט צו העלפן מיט אלעם וואס מען קען, ובפרט מיטן אים אויסהערן און האבן מיט אים "מיטלייד", אפילו עס גייט אויפן חשבון פון לערנען און אריינכאפן מקצועות.(פארשטיי זיך אז עס דארף ווערן געטוהן אויף א נארמאלען און קליגען אופן, און נישט יענעם פרעגן עפעס באדערט דיך? די גייסט עפעס דורך לעצטנס? ודי למבין)
איך בין נישט יעצט געווען אין די מאד פון שרייבן און עס קען זיין אז די אויסלייג איז נישט אינגאנצן כהוגן, אבער נאכן זעהן דא די אשכול האב איך געהאלטן אז איך דארף ארויסברענגן די אנדערע חברותא'ס זייט. והבן כי קצרתי.
הודו לה' כי טוב: בזכות רבותיה''ק נבג''מ ובראשם רבש"י הרה''ק ר' אלימילך מליזשענסק זי"ע, ובהסכמת הרופא (סקייעטריסט בלע''ז), האב איך אויפגעהערט נעמען מעדעצין פאר ענקזייעטי.

נישט אזוי פשוט, ער איז א חברותא פאר יארן אין א גאר נאנטער ידיד, איך וואלט דיר ג׳עצה׳ט זאלסט בלייבען מיט עם נאר שניידען די שעות, אנשטאטס 3-4 שעה אד׳ג, קענסטו עם זאגן איך זעה די האסט נישט יעצט די כוחות פאר אזוי לאנג סוי לאמיר לערנען א שעה אבער סאליד.