מיין פעטער, א ריזיגער בעל חוב, לעבט אין דינייעל -עני העלפ?
מיין פעטער, איז אמאל געווען אן עכטער עושר, און געהאט גאר גוטע קאנעקשאנס אויך, א גוט הארץ און א ברייטע וויזיע אויך, האט ער אנגעקניפט באציאונגען מיט ריזיגע צדקה ארגאניזאציעס, אליין געטיילט, און געשאפן פון אנדערע, ס'איז נישט פאראן קיין היימישע ארגאניזאציע וועלכער טוט נשט נהנה זיין פון אים, און נישט קיין קליינע סכומים
למעשה, מיט די יארן איז זיין פרנסה געשרינקען, זיין חן, און אמביציע האט נאכגעלאזט, פילנדיג אבער אז ער קען נישט אויפהערן מיט די מעשה החסד, טוט ער עס דורך בארגן, צוערשט פון ליין אוו קרעדיטס וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט דורכאויס די יארן, דאן צו קרעדיט קארדס, פרייוועט לאונס, אידישע און גויאישע, [דערווייל ב"ה נאכנישט פון די מאפיע],
ער דרייט און דרייט, האט נישט קיין טאג און קיין נאכט,
זיין פערזענליכן לעבן איז נאך אויך אביסל פארשווענדעריש, שיריים פון די רייכע צייטן,
יעדעס מאל מ'רעדט מיט אים וועגן אביסל מאכן סדר, ענטפערט ער נארישע תירוצים [בעצם, אין מילי דעלמא איז ער גאנץ א פארשטענדליכער באזעסענער מענטש]
אמאל זאגט ער אז מיט אזויפיל חובות וועט שוין נישט אויסמאכן נאך אביסל
אמאל זאגט ער צו, אז נאך דעם סיזען, גייט ער זיך נעמען אין די הענט אריין
פאריגע וואך, ווען ער האט מיר געבעטן נאך אן הלוואה, האב איך אים געפרעגט "און וואס וועט זיין?", האט ער מיר מסביר געווען אז אויב זאל ער יעצט אפשטעלן זיינע הלוואות וועלן צענדליגער נצרכים ממש צוריסן ווערן, סאו ס'איז ממש פיקוח נפש.
פארוואס האב איך מיך יעצט דערמאנט דערפון?
ווייל עפעס א זיידע -וועלכער איז פערצופאל דער פרעזידענט פון א קאמפאני וואס איז דער גרעסטער בעל חוב אין די היסטאריע פון די וועלט- האט לעצטנס געזאגט: "מיר זענען גענוג א רייכע לאנד צו פאנדן סיי די מלחמה אין אוקריינע, און אויך די מלחמה מיט כאמאס, אויף איינמאל"
האטס מיר א גוט שבת