די שפירן פון נורעבמבורג, אב-אלול תרצ״ה

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע:לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

קורצע נייעס און קרישקעלעך פון דייטשלאנד יולי 20

די דייטשע טשעמבער אף קאלטור, האט פארארדענט די עס. עס. די פארמאכן די פאלגנדע דריי אסאסיאציעס, "די אינטערנאציאנאלע קינצלער לאג" "די אינטערנאציאנאלע אסאסיאציע פאר צירקוס דירעקטארן" און "פראפעסיאנאלע אסאסיאציע פאר דייטשע ארטיסטיק"
זאגענדיג "פאררעטער זענען פארמישט אין די ארגאניזאציעס.

ווי באריכטעט איז געשטעלט געווארן א נייער פאליציי הויפט "פאן העלדארף" אין זיינע ערשטע שריט אלס פאליציי הויפט, האט ער. נישט ארעסטירט די קרימינאלן וואס זענען איבערגעפאלן אידן אויפן קורפירסטעדאם. דאס פאלט איהם אפילו נישט איין, נאר וואס? ער האט פארארדענט צו פארמאכן אלע אידישע געשעפטן אויף יענע גאס,
@יוסטיץ נוסח נאצי דייטשלאנד,

אינערן מיניסטער וויליאם פריק, האט פארבאטן סייוועלכע רעליגיעזע יוגנט גרופע צו טראגן אייגענע מונדירן, מארשירן, אדער אייגענע סימבאלן, אין אייגענע ספארט אקטיוויטעטן, אין וואס נישט,
ווייל... זיי קאנקערירן מיט די היטלער יוגנט גרופעס, וואס טוהן האט די זעלבע, אין פרייע צייט,
אויב וועט זיין נאך יוגנט גרופעס וועלן זיי אוועקנעמען פון די נאציס, אין דאס קען מען נישט צולאזן
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע:לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

קורצע נייעס און קרישקעלעך פון דייטשלאנד יולי 23

און א רעדע אין די רייכספירער שולע און נורעמבערג האט דער פירער פון די נאצי פארטיי גאוס פראנקען, אין יוליס שטרייכער, געזאגט, "די סיבה פארוואס די רעגירונג טוט אגרעסיוו ארויסשטיפן אידן פון די פאבליק סעקטאר, איז אלעס און די אינטערעסן פון די אידן, אין אז די דייטשן זענען פיינע מענטשן"

@נישטא ווער זאל לאכן
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע:לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

קורצע נייעס און קרישקעלעך פון דייטשלאנד יולי 24

האנס הינקל, דער ביז איצטיגער קאמישינער פון די רייכס קאלטור טשעימבער, אינטער די פראפאגאנדע מיניסטעריום, איז באשטימט געווארן אלס ספעציעלע קאמישינער פאר "קולטוראלע פערסענאלן", אינערהאלב די פראפאגאנדע מיניסטעריום, הינקל וועט האבן איבערזיכט אויף די קולטוראלע ארבעטער, אומאפעציעל איז זיין ארבעט ארויסצוריקן נישט-אריער, ספעציפיש, אידן,

א דיפלאמאטישער אנגעצויגענקייט איז דא צווישן אמעריקע אין דייטשלאנד, צוליב די מעיאר פון ניו יארק סיטי "פיארעללא הענרי לא גארדיע, האט זיך אנטזאגט צו געבן א פערמיט פאר א דייטשער אפשטאמיגער, צו פראקטעצירן גוף מאסאדזש, זאגענדיג ער טוט דאס צוליב די דיסקרימינאציע אויף די אידן און דייטשלאנד,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5754
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

וואס זאגט די עולם לגבי די ארעסטען פון די אידן וואס האבן חתונה געהאט מיט גויים? פון איין זייט, איז דאס ריין אנטיסעמיטיזם פון די דייטשן, אבער מאידך גיסא זענען דאס אידן וואס האבן עובר געווען אויף די הארבסטע פון די הארבסטע.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9048
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע:אויפן לייטער

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

בבקשה האט געשריבן: וואס זאגט די עולם לגבי די ארעסטען פון די אידן וואס האבן חתונה געהאט מיט גויים? פון איין זייט, איז דאס ריין אנטיסעמיטיזם פון די דייטשן, אבער מאידך גיסא זענען דאס אידן וואס האבן עובר געווען אויף די הארבסטע פון די הארבסטע.

ס'איז טאקע אמת? זייער מאדנע אויב יא, וואס האבן זיי קעגן פרייע אידן, א נייע ווערסיע פון אנטיסעמיטיזם?, ביי אונז אין אונגארן וואלט אזא זאך און אפילו ענדליך קיינמאל נישט פאסירט
מאכט נישט קיין סענץ, סאיז שוין 1935 היינט, סאיז א פרייע וועלט ווי ראזיסם איז שוין עקסטרעם אפגעפרעגט ב'ה
איז דא א ניק פון דייטשלאנד מיט דעטאלן?
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3398
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

תגובה דורך עומד מן הצד »

לייטער האט געשריבן:

יאפ, מיר זענען פון דייטשלאנד, און כ'קען באשטעטיגן אז די באריכטן זענען א הונדערט פארצענט קראנט,

א חבר מיינער האט א זון וואס איז נעבעך צווישן די ארעסטירטע, ער האט ניטאמאל געוואוסט אז זיין זון איז נעבעך אין אזא שפל המצב, ער זאל חתונה האבן מיט א גויטע,

און בכלל איז די מצב אין אידישקייט זייער שוואך דא, מיין הארץ זאגט מיר אז די רבוש''ע פארלאנגט מיר זאלן זיך צוריקקערן צו איהם, ס'נישט קיין ווערטלעך, ער איז טאקע א מאריך אף, אבער ס'קומט א זמן ווען ס'איז וגבה דיליה, ווען כ'וואלט געהאט די געלט אין כח, וואלט איך געקומען צו אייך אין אונגארן, ארויס פון די דייטשע לאפעס,

האסט געהערט וויאזוי די פרעס האט גערעדט היינט אקעגן די אידן?, אז דער האט די פרעס מיט זיך איז גרויסע צרות, די מאסן ווערן מער און מער אנגעהיצט אנטקעגן די אידן.

האט אונז אינזין, ולה' הישועה!

Re: די שפירן פון נורעבמבורג, אב-אלול תרצ״ה

אומגלויבלעך, איך האף אז סאיז איבערגעטריבן, איך בין זייער באזארגט אויף אחינו בני ישראל אין דייטשלאנד, איך רעד נישט פון די חלק וואס פרייע אידן וואס האבן ליידער חתונה מיט גוים, איך רעד פון די ערנסטע העצע אין די מידיע און פאליטישע באאמטע אנקעגן אידן (אויב סאיז בכלל אמת, האפנטליך נישט)
איך האב פריער געלייענט די תגובה http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=47134 אין קורצן די נייעס פון די לעצטע וואך 2 און סהאט מיר אויפגעשוידערט
__
און צו עומד מן הצד, איך האב מיטלייד מיט ענק
ברענג פליז מער באריכטן (איך ווארט אויף גוטע) ווייל די צייטונגען דא אין אונגארן ברענגען נישט קיין אמתע פאקטן און אפילו יא איז עס 2 חדשים אלט נייעס
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5754
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

עומד מן הצד האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן: וואס זאגט די עולם לגבי די ארעסטען פון די אידן וואס האבן חתונה געהאט מיט גויים? פון איין זייט, איז דאס ריין אנטיסעמיטיזם פון די דייטשן, אבער מאידך גיסא זענען דאס אידן וואס האבן עובר געווען אויף די הארבסטע פון די הארבסטע.

ס'איז טאקע אמת? זייער מאדנע אויב יא, וואס האבן זיי קעגן פרייע אידן, א נייע ווערסיע פון אנטיסעמיטיזם?, ביי אונז אין אונגארן וואלט אזא זאך און אפילו ענדליך קיינמאל נישט פאסירט
מאכט נישט קיין סענץ, סאיז שוין 1935 היינט, סאיז א פרייע וועלט ווי ראזיסם איז שוין עקסטרעם אפגעפרעגט ב'ה
איז דא א ניק פון דייטשלאנד מיט דעטאלן?

יאפ, מיר זענען פון דייטשלאנד, און כ'קען באשטעטיגן אז די באריכטן זענען א הונדערט פארצענט קראנט,

א חבר מיינער האט א זון וואס איז נעבעך צווישן די ארעסטירטע, ער האט ניטאמאל געוואוסט אז זיין זון איז נעבעך אין אזא שפל המצב, ער זאל חתונה האבן מיט א גויטע,

און בכלל איז די מצב אין אידישקייט זייער שוואך דא, מיין הארץ זאגט מיר אז די רבוש''ע פארלאנגט מיר זאלן זיך צוריקקערן צו איהם, ס'נישט קיין ווערטלעך, ער איז טאקע א מאריך אף, אבער ס'קומט א זמן ווען ס'איז וגבה דיליה, ווען כ'וואלט געהאט די געלט אין כח, וואלט איך געקומען צו אייך אין אונגארן, ארויס פון די דייטשע לאפעס,

האסט געהערט וויאזוי די פרעס האט גערעדט היינט אקעגן די אידן?, אז דער האט די פרעס מיט זיך איז גרויסע צרות, די מאסן ווערן מער און מער אנגעהיצט אנטקעגן די אידן.

האט אונז אינזין, ולה' הישועה!

שטארק מעגליך אז די אייבעשטיר שיקט אונז א סימן, אז די סיבה פאר אלע צרות איז די עבירות וואס אונז טוה מיר, בין כך ובין כך, האף איך אז די ארעסטען וועלן אויפוועקן די אידן, זיי זאלן תשובה טוהן און אפלאזן די גויעש׳ע ווייבער, און זאל די צרות וואס זיי מאכן מיט אין תפיסה זיין א כפרה אויף זייער זינד.
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3398
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: די שפירן פון נורעבמבורג, אב-אלול תרצ״ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

לייטער האט געשריבן: אומגלויבלעך, איך האף אז סאיז איבערגעטריבן, איך בין זייער באזארגט אויף אחינו בני ישראל אין דייטשלאנד, איך רעד נישט פון די חלק וואס פרייע אידן וואס האבן ליידער חתונה מיט גוים, איך רעד פון די ערנסטע העצע אין די מידיע און פאליטישע באאמטע אנקעגן אידן (אויב סאיז בכלל אמת, האפנטליך נישט)
איך האב פריער געלייענט די תגובה http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=47134 אין קורצן די נייעס פון די לעצטע וואך 2 און סהאט מיר אויפגעשוידערט
__
און צו עומד מן הצד, איך האב מיטלייד מיט ענק
ברענג פליז מער באריכטן (איך ווארט אויף גוטע) ווייל די צייטונגען דא אין אונגארן ברענגען נישט קיין אמתע פאקטן און אפילו יא איז עס 2 חדשים אלט נייעס

וואסע שייך צו ברענגען באריכטן, די מצב זעהט נישט אויס גוט, אין געוויסע שטעט, האט מען שוין ארויסגעשטעלט עמטליכע פרעכע אנטיסעמיטישע געזעצן, מטעם הריגורינג, ואין פוצה פה ומצפצף,

מיינע קינדערלעך האט מען פריערט נאכגעשריגן אהיימקומענדיג פונעם מלמד, מיט אזעלכע מיאוס'ע נידריגע לאזונגען, וואס איז אפי' נישט כדי נאכצוזאגן, געלויבט גט, אז דער שכן מיינער איז נישט מיטגעשלעפט געווארן מיט די פראפאגאנדע, און לאזט אונז נאך במנוחה, אזוי האמיר כאטש א רואיג ווינקל אונדערהיים.

מ'קען זיך אבער עטוואס מחזק זיין, אז דער פירער היטלער יר''ה, זאגט מען איז איינגעגאנגען אויף שלום, און ער האט זיך אביסעלע בארואיגט פון זיין אנטיסעמיטוזם, און ווי אויך האט דער פינאנץ מיניסטער שארף פארדאמט די אפענע אנטיסעמיטישע געזעצן, ס'זעהט אויס ווי דער פירער זיכט נישט קיין איבעריגע כבוד, און לאמיר האפן און מתפלל זיין אז ביז א שטיק צייט, וועט זיך בארואיגן די היץ ביי די באפעלקערונג אויכעט, והכל על מקומו יבא בשלום.
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3398
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

בבקשה האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן: וואס זאגט די עולם לגבי די ארעסטען פון די אידן וואס האבן חתונה געהאט מיט גויים? פון איין זייט, איז דאס ריין אנטיסעמיטיזם פון די דייטשן, אבער מאידך גיסא זענען דאס אידן וואס האבן עובר געווען אויף די הארבסטע פון די הארבסטע.

ס'איז טאקע אמת? זייער מאדנע אויב יא, וואס האבן זיי קעגן פרייע אידן, א נייע ווערסיע פון אנטיסעמיטיזם?, ביי אונז אין אונגארן וואלט אזא זאך און אפילו ענדליך קיינמאל נישט פאסירט
מאכט נישט קיין סענץ, סאיז שוין 1935 היינט, סאיז א פרייע וועלט ווי ראזיסם איז שוין עקסטרעם אפגעפרעגט ב'ה
איז דא א ניק פון דייטשלאנד מיט דעטאלן?

יאפ, מיר זענען פון דייטשלאנד, און כ'קען באשטעטיגן אז די באריכטן זענען א הונדערט פארצענט קראנט,

א חבר מיינער האט א זון וואס איז נעבעך צווישן די ארעסטירטע, ער האט ניטאמאל געוואוסט אז זיין זון איז נעבעך אין אזא שפל המצב, ער זאל חתונה האבן מיט א גויטע,

און בכלל איז די מצב אין אידישקייט זייער שוואך דא, מיין הארץ זאגט מיר אז די רבוש''ע פארלאנגט מיר זאלן זיך צוריקקערן צו איהם, ס'נישט קיין ווערטלעך, ער איז טאקע א מאריך אף, אבער ס'קומט א זמן ווען ס'איז וגבה דיליה, ווען כ'וואלט געהאט די געלט אין כח, וואלט איך געקומען צו אייך אין אונגארן, ארויס פון די דייטשע לאפעס,

האסט געהערט וויאזוי די פרעס האט גערעדט היינט אקעגן די אידן?, אז דער האט די פרעס מיט זיך איז גרויסע צרות, די מאסן ווערן מער און מער אנגעהיצט אנטקעגן די אידן.

האט אונז אינזין, ולה' הישועה!

שטארק מעגליך אז די אייבעשטיר שיקט אונז א סימן, אז די סיבה פאר אלע צרות איז די עבירות וואס אונז טוה מיר, בין כך ובין כך, האף איך אז די ארעסטען וועלן אויפוועקן די אידן, זיי זאלן תשובה טוהן און אפלאזן די גויעש׳ע ווייבער, און זאל די צרות וואס זיי מאכן מיט אין תפיסה זיין א כפרה אויף זייער זינד.

איר זענט אויך פון דייטשלאנד?,

וואסע די מצב ביי דיר? לעבט מען רואיג ביי אייך אין שטאט, אדער ביי ענק שפירט מען שוין אויך דאס אנטוסעמיטוזם פון יעדעס ווינקל?
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5754
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: די שפירן פון נורעבמבורג, אב-אלול תרצ״ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

בבקשה האט געשריבן: אין בראסעלס, בעלגיע, האט די סאסייעטי פאר די צוריקהאלט פון רשעות צו חיות, זיך אונטערגענומען לוחם צו זיין קעגן שחיטה כדי דאס צו מבטל זיין, היל"ת.

די נייעס פון די נייעס אשכול האט געמאכט מען בלוט קאכן, אין דייטשלאנד טוהט מען פייניגען אידן, מען נעמט צו זייער רעכטען צו גייען אין אפרוה שטעט, מען נעמט צו זייערע רעכטען צו קויפן לאנד, מען נעמט צו זייער בירגערשאפט, מען פארמאכט זייערע געשעפטען, מען ארעסטירט זיי פאר קיין שום סיבה שבעולם, אבער די בעלגישע אקסן זענען באזארגט איבער די פיין וואס די בהמות האבן בשעת שחיטה. היפיקריטען.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5754
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: די שפירן פון נורעבמבורג, אב-אלול תרצ״ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

וואס זאגט די עולם? זאלן די ציונים רעדן קעגן די נאציס ביים קאנפערענס? פון איין זייט אויב נישט די ציוינם, ווער דען זאל רעדן קעגן די נאציס? מצד השני, די דייטשע דעלעגאטען ציטערען פאר זייער לעבן.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9048
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע:אויפן לייטער

Re: די שפירן פון נורעבמבורג, אב-אלול תרצ״ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

שוין לאנג נישט געהערט א באריכט פון דייטשלאנד? זאכן זענען געווארן בעסער? וואס האלט און זאגט די ארטיגע קאנסלער און פרעזידענט און לאנד פירער וועגן די אנטיסעמיטישע אינצידענטן און ווינטן ? דעי יוליס שטרייכער גייט נאך אן מיט זיינע שעדליכע פאפריגאנדע און גופטיגע דרשות?
ווער סווייסט קראנטע אינפארמאציע זאל ביטע לאזן וויסן דא
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6249
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די שפירן פון נורעבמבורג, אב-אלול תרצ״ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

עפעס נייעס ? @סטישטשינער האסט שוין געטוישט דיין מיינונג וועגן דעם פורער?
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46590
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: די שפירן פון נורעבמבורג, אב-אלול תרצ״ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

.
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך מאי 17, 2023 5:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46590
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: די שפירן פון נורעבמבורג, אב-אלול תרצ״ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צוויי זענען ארעסטירט געווארן אין עסטרייך נאך וואס זיי האבן זיך אריינבאקומען ביים קאנדאקטער אינטערקאם סיסטעם און געלופטערט רעדעס פון היטלער ימ"ש און הייל היטלער געשרייען פון זיינע שטיצער אויף א באן וועלכע איז געפארן קיין וויען

די רייזנדע זענען געווען אין שאק נאך וואס די הויכהילכער האבן אנגעהויבן אויפשפילן די רעדע און די פאליציי איז געקומען אויף די שפורן פון די פאראנטווארטליכע נאכן איבערקוקן די זיכערהייט קאמעראס
אוועטאר
הארזים
שר ששת אלפים
תגובות: 6185
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: די שפירן פון נורעבמבורג, אב-אלול תרצ״ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

איך זיך צו שאפן שיף בילעטן קיין ארץ ישראל, וועלעכע דאקומענטן דארף איך צושטעלן, און וויפיל וועט עס מיר קאסטן? ביטע ענטפערטס ווי שנעלער, איך וויל נישט די שכנים מיינע זאלן וויסן אז איך יאג מיר, איך וועל נישט קענען פארקויפן מיין פאבריק פאר די אמתער פרייז.
’מסורה’ איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5754
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: די שפירן פון נורעבמבורג, אב-אלול תרצ״ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

הארזים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 2:35 pm
איך זיך צו שאפן שיף בילעטן קיין ארץ ישראל, וועלעכע דאקומענטן דארף איך צושטעלן, און וויפיל וועט עס מיר קאסטן? ביטע ענטפערטס ווי שנעלער, איך וויל נישט די שכנים מיינע זאלן וויסן אז איך יאג מיר, איך וועל נישט קענען פארקויפן מיין פאבריק פאר די אמתער פרייז.
כאפ אריין ווי לאנג די קענסט נאך, איך הער אז די אראבער לייגן גרויס דרוק אויף ענגלאנד נישט אריינצולאזן מער קיין אידן דארטען. כאפ אריין ווי לאנג ס'איז נאך אפען.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5754
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: די שפירן פון נורעבמבורג, אב-אלול תרצ״ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

עס צורקילערען זיך שמועות איבער א נייע געזעץ וואס דייטשלאנד פלאנט צו מאכן קעגן אידן ביי די יערליכע נאצי ראלי אין אלול. למעשה זעה איך אז ס'איז דא געוויסע נאציס, שטרייכער, הינקל, ראזענבערג ועוד, וועלעכע וואלטן געקענט באשטיין אז עס זאל זיין וואו מער שטייפערע געזעצען קעגן די אידן, אבער למעשה, קלער איך אז עס וועט למעשה גארנישט ווערן דערפון, עכ"פ ביז נאך די אלימפיק שפילן, איך זעה נישט אז היטלער זאל וועלן איינשטעלען די שפילן אבי צו מאכן אנטיסעמיטישע געזעצען. בכלל, זעה איך נישט פארוואס עס זאל אזוי ווייט אויספעלן פאר דייטשלאנד צו מאכן די געזעץ, וואס א טאג גייט אריבער, הערט מען נאך און נאך דייטשע שטעט פירן דורך גזירות, אזוי אז היטלער קען זיך פארלאזן אויף די שטעט צו דורכפירן די גזירות, און דערווייל האלטען זיין אייגענע הענט ריין, עכ"פ ביז נאך די אלימפיק שפילן.

נאך א ווארט בנוגע די געזעץ, איינער פון די שמועות איז אז מען וועט פארבאטען אידן זאלן חתונה האבן מיט גוים, שיין זעהן מיר אויס, אז די רשעים זענען די וואס מאכן גזירות און צווינגען אונז צו האלטען די מינימאלע מצות פון די תורה. פון דא זעהט מען די גרויסע דורכפאל פון די השכלה, און אז זיי זענען קיין ארגעץ נישט אנגעקומען. און צו זייער טענה אז אויב וועט מען זיך פירן וואו די גוים וועט נישט זיין מער קיין אנטיסעמטיזם..... ברויך מען נאך ענטפערען?

בנוגע די ציוניסטש'ע קאנפרענס וואס קומט פאר די טעג, ס'איז מיר אינטרעסאנט צוזאמצושטעלן די צוויי, ביידע האבן זייערע ווארצלען אין נאצינאליזם, און כאטש ביידע שרייען אז זיי זענען כרחוק מזרח ממערב, איז די מציאות אז זיי האבן א שטיקל פאראייניגטע ציל, די דייטשן ווילן נישט די אידן זאלן וואוינען אין דייטשלאנד, און די ציונים ווילן אז די אידן זאלן וואוינען אין ארץ ישראל, קומט אויס אז בעצם האבן זיי א פאראייניגטע ציל.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5754
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: די שפירן פון נורעבמבורג, אב-אלול תרצ״ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

הארזים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 2:35 pm
איך זיך צו שאפן שיף בילעטן קיין ארץ ישראל, וועלעכע דאקומענטן דארף איך צושטעלן, און וויפיל וועט עס מיר קאסטן? ביטע ענטפערטס ווי שנעלער, איך וויל נישט די שכנים מיינע זאלן וויסן אז איך יאג מיר, איך וועל נישט קענען פארקויפן מיין פאבריק פאר די אמתער פרייז.
וואס די דארפסט איז געלט.

אנצוקומען קיין ארץ ישראל מוזסטו באצאלן 1000 פונט (5000 דאלאר). די געלט וועט געניצט ווערן צו קויפן א פארם, וואס די דארפסט ארבייטן דערויף אויף צוצושטעלן עסן פארן עולם.

אויב האסטו נישט די געלט, קענסטו זיך ווענדן צו די סוכנות, און זיי וועלן דיר אפשר אננעמען זאלסט ארבייטן אויף א צווייטענס פארם, אדער אין א קיבוץ. אבער זיי געווארנט, אז דאן ביסטו אויף די רחמנות פון די סוכנות, און זיי זוכן זיך ענדערשט אינגע ציונים וואו אנדערע.

בין ובין כך וועסטו מוזן זיך ווענדן צו די סוכנות, וויבאלד די נאציס וועלן דיר נישט לאזן מיטנעמען דיין געלט, נאר דורך די העברה הסכם וואס די ציונים האבן געשלאסן מיט די נאציס.

אויב ווילסטו גיין סיי וואו אין דער וועלט חוץ ארץ ישראל, דאן דארפסטו זיך ווענדן צו די "הילפספאראיין" ארגאנאזציע. די ארגאניזאציע וועלכער איז געגרינדעט געווארן דורך דייטשע אידן צו העלפן רוסישע, פולישע, און אוקריינישער אידן צו אנטלויפן פון די שנאת ישראל אין זייער היימלאנד, אן אנצוקומען צו מער פארזיכערטע פלעצער, וואו ענגלאנד, פראנקרייך, האלאנד, און אפילו דער ווייטער אמעריקע, העכער 30 יאר צוריק.

ליידער זינט די נאצישע אויפשטייג אין דייטשלאנד, איז די הילפספאראיין געווארן א רפואה קודם למכה און איז פארנומען מיט העלפן דייטשע אידן צו אנטלויפן פון דייטשלאנד, אבער די קשרים וואס די הילפספאראיין האט זיך איינגעקניפט צו העלפן פרעמדע אידן, קומט זיי יעצט צוניץ בעת צרתם.
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”