מיין פעטער, א ריזיגער בעל חוב, לעבט אין דינייעל -עני העלפ?
אנאליזן און דעבאטעס
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- קטורת הסמים
- שר מאה
- תגובות: 125
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 5:36 pm
- הקולמוס שלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2759
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
- לאקאציע:אומאן!
Re: מיין פעטער, א ריזיגער בעל חוב, לעבט אין דינייעל -עני העלפ?
חחח-פלאס-פלאס-פלאס!!!
פיין, פיין.
פיין, פיין.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!
נעעעע.... דו פלעגסט פארשטיין!!
נעעעע.... דו פלעגסט פארשטיין!!
Re: מיין פעטער, א ריזיגער בעל חוב, לעבט אין דינייעל -עני העלפ?
איך מיין אז יעדער וואס ליינט דאס האט אויך לכה"פ איין אזא פעטער!אפגעגאלט האט געשריבן: ↑ פרייטאג אקטאבער 20, 2023 2:29 pmאיז אזוי
מיין פעטער, איז אמאל געווען אן עכטער עושר, און געהאט גאר גוטע קאנעקשאנס אויך, א גוט הארץ און א ברייטע וויזיע אויך, האט ער אנגעקניפט באציאונגען מיט ריזיגע צדקה ארגאניזאציעס, אליין געטיילט, און געשאפן פון אנדערע, ס'איז נישט פאראן קיין היימישע ארגאניזאציע וועלכער טוט נשט נהנה זיין פון אים, און נישט קיין קליינע סכומים
למעשה, מיט די יארן איז זיין פרנסה געשרינקען, זיין חן, און אמביציע האט נאכגעלאזט, פילנדיג אבער אז ער קען נישט אויפהערן מיט די מעשה החסד, טוט ער עס דורך בארגן, צוערשט פון ליין אוו קרעדיטס וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט דורכאויס די יארן, דאן צו קרעדיט קארדס, פרייוועט לאונס, אידישע און גויאישע, [דערווייל ב"ה נאכנישט פון די מאפיע],
ער דרייט און דרייט, האט נישט קיין טאג און קיין נאכט,
האטס מיר א גוט שבת
עצה טובה אים צו קאנווינסען רעדן צו קרן עזר וכדו'
- משגיח תמידי
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 330
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2014 2:45 pm
Re: מיין פעטער, א ריזיגער בעל חוב, לעבט אין דינייעל -עני העלפ?
איך מיין די זאלסט מאכן א מיטינג מיט דיין פעטער צוזאמען מיטן זיידן און זיי זאלן רעדן צווישן זיך און לאזן די גאנצע וועלט לעיבןאפגעגאלט האט געשריבן: ↑ פרייטאג אקטאבער 20, 2023 2:29 pmאיז אזוי
מיין פעטער, איז אמאל געווען אן עכטער עושר, און געהאט גאר גוטע קאנעקשאנס אויך, א גוט הארץ און א ברייטע וויזיע אויך, האט ער אנגעקניפט באציאונגען מיט ריזיגע צדקה ארגאניזאציעס, אליין געטיילט, און געשאפן פון אנדערע, ס'איז נישט פאראן קיין היימישע ארגאניזאציע וועלכער טוט נשט נהנה זיין פון אים, און נישט קיין קליינע סכומים
למעשה, מיט די יארן איז זיין פרנסה געשרינקען, זיין חן, און אמביציע האט נאכגעלאזט, פילנדיג אבער אז ער קען נישט אויפהערן מיט די מעשה החסד, טוט ער עס דורך בארגן, צוערשט פון ליין אוו קרעדיטס וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט דורכאויס די יארן, דאן צו קרעדיט קארדס, פרייוועט לאונס, אידישע און גויאישע, [דערווייל ב"ה נאכנישט פון די מאפיע],
ער דרייט און דרייט, האט נישט קיין טאג און קיין נאכט,
זיין פערזענליכן לעבן איז נאך אויך אביסל פארשווענדעריש, שיריים פון די רייכע צייטן,
יעדעס מאל מ'רעדט מיט אים וועגן אביסל מאכן סדר, ענטפערט ער נארישע תירוצים [בעצם, אין מילי דעלמא איז ער גאנץ א פארשטענדליכער באזעסענער מענטש]
אמאל זאגט ער אז מיט אזויפיל חובות וועט שוין נישט אויסמאכן נאך אביסל
אמאל זאגט ער צו, אז נאך דעם סיזען, גייט ער זיך נעמען אין די הענט אריין
פאריגע וואך, ווען ער האט מיר געבעטן נאך אן הלוואה, האב איך אים געפרעגט "און וואס וועט זיין?", האט ער מיר מסביר געווען אז אויב זאל ער יעצט אפשטעלן זיינע הלוואות וועלן צענדליגער נצרכים ממש צוריסן ווערן, סאו ס'איז ממש פיקוח נפש.
פארוואס האב איך מיך יעצט דערמאנט דערפון?
ווייל עפעס א זיידע -וועלכער איז פערצופאל דער פרעזידענט פון א קאמפאני וואס איז דער גרעסטער בעל חוב אין די היסטאריע פון די וועלט- האט לעצטנס געזאגט: "מיר זענען גענוג א רייכע לאנד צו פאנדן סיי די מלחמה אין אוקריינע, און אויך די מלחמה מיט כאמאס, אויף איינמאל"
האטס מיר א גוט שבת
Re: מיין פעטער, א ריזיגער בעל חוב, לעבט אין דינייעל -עני העלפ?
מען קען פשוט טעקסן די נגידים אויף דעם שטאפל וואס דער ציווילער המון איז באשטייערט.עדות ביהוסף האט געשריבן: ↑ פרייטאג אקטאבער 20, 2023 2:51 pmThey do not have the option not to borrow.
Its politically impossible to cut either social services or war mongering.
And of course, the government has not figured out how to be competent in managing their finances.
דאס צו קענען טאן פעלט בלויז אויס איין זאך, אז די רעפאבליקאנער פארטיי, וואס זייער עיקר עכטער ציל איז דאס צו פריווענטן, זאלן פארלירן די וואלן פאר פרעזידענט קאנגרעס און סענאט אין א פארצייטישן לענדסלייד.
ביז אהין, וואס גייט כנראה נישט אזוי שנעל געשען, וועט דער דעפיציט זיין ווייניגער אין די צייטן וואס א דעמאקראט האט דעם ווייסן הויז, און די רעפאבליקאנער האבן קאנגרעס, און נאך גרעסער אין עני אנדערע קאמבינאציע. (ווייל די דעמאקראטן שטעלן זיך קיינמאל נישט עכט אויף דעם, און די רעפאבליקאנער שטעלן זיך אויף דעם נאר ווען א דעמאקראט איז אין ווייסן הויז.)
די אלע זאכן וואס קוועטשט דעם פותח איז ממש א פיצי פאקטאר, דאס וואס דו וואלסט בשום אופן געשניטן, יענץ איז דער פראבלעם.
זינט נאך קלינטאן. ביי קלינטאן אליינס איז נאך געווען סדר, געצווינגען דורך די רעפאבליקאנער, אבער ווען בוש איז געווארן פרעזידענט האבן זיי פארגעסן די גאנצע זאך. נאכדעם האבן זיי עטוואס געשניטן ווען זיי האבן איבערגענומען בימי אבאמע, אבער ער האט זיך נישט אינגאנצן געלאזט פון זיי טיילווייז צוליב די היפש אפענע היפאקריטיע, נאכדעם האט זיך עס אויפגעריסן לייק נעווער בעפאר אין א נארמאלע עקאנאמיע אונטער טראמפ נאך פאר קאוויד, און היינט בימי ביידן איז די רעפאבליקאנער היפאקריטיע אז זיי האבן זיך דערמאנט פון פיסקעל רעספאנסעביליטי אזוי אפן אז ביידן דארף עס אפילו נישט זאגן.
- עדות ביהוסף
- שר חמש מאות
- תגובות: 804
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 21, 2023 8:47 pm
Re: מיין פעטער, א ריזיגער בעל חוב, לעבט אין דינייעל -עני העלפ?
צל עובר האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 9:31 amמען קען פשוט טעקסן די נגידים אויף דעם שטאפל וואס דער ציווילער המון איז באשטייערט.עדות ביהוסף האט געשריבן: ↑ פרייטאג אקטאבער 20, 2023 2:51 pmThey do not have the option not to borrow.
Its politically impossible to cut either social services or war mongering.
And of course, the government has not figured out how to be competent in managing their finances.
Or they can just stop wasteful spending and everyone can pay less in taxes.
Currently there is no trust in government regardless if they would tax the rich/poor to death that they will waste it and still look for more.
Re: מיין פעטער, א ריזיגער בעל חוב, לעבט אין דינייעל -עני העלפ?
@צל עובר
איך בין נישט באקאנט ווי דו אין נומערן
וויפיל מאכן די העכסטע גבירים און וויפיל ווילסטו מ'זאל זיי טעקסן און וויפיל גייט עס אריינברענגען?
ביי דע וועי: איך בין נישט קעגן שניידן גארנישט
די מאגא בעיס -כמדומה- איז אויך נישט פאר דעפענס ספענדינג ווי טראדיציאנאלע רעפאבליקענס [קארעקט מי איף איים wראנג]
וויפיל מאכן די העכסטע גבירים און וויפיל ווילסטו מ'זאל זיי טעקסן און וויפיל גייט עס אריינברענגען?
ביי דע וועי: איך בין נישט קעגן שניידן גארנישט
די מאגא בעיס -כמדומה- איז אויך נישט פאר דעפענס ספענדינג ווי טראדיציאנאלע רעפאבליקענס [קארעקט מי איף איים wראנג]
Re: מיין פעטער, א ריזיגער בעל חוב, לעבט אין דינייעל -עני העלפ?
פארשטיי איך אויך נישט.
אין די טעקס ביך איז מיין אינקאם פארצייכנט אלס הויעך. איך גלייב נישט אז די צעווילע פון וועם די רעדסט צאלן מיין טעקס ביל.
און איך צאל נישט אילאן מאסקס ביל ווייל ער איז פיל רייכער.
Re: מיין פעטער, א ריזיגער בעל חוב, לעבט אין דינייעל -עני העלפ?
איף פרעג בכלל שיעור פשוט וואס מיינט טעקסן נגידים אויף די זעלבע שטאפל דער ציווילער המון איז באשטייערט.
Re: מיין פעטער, א ריזיגער בעל חוב, לעבט אין דינייעל -עני העלפ?
בא-שטייער-ט
סימפל אידישע ווארט
דאס מיינט אז די זעלבע חלק פון דעם נגיד'ס "עכטע אינקאם" זאל זיך טרעפן ביי אנקל סעם אין טאש, ווי דעם מיטל קלאס.
סימפל אידישע ווארט
דאס מיינט אז די זעלבע חלק פון דעם נגיד'ס "עכטע אינקאם" זאל זיך טרעפן ביי אנקל סעם אין טאש, ווי דעם מיטל קלאס.
Re: מיין פעטער, א ריזיגער בעל חוב, לעבט אין דינייעל -עני העלפ?
א ריזיגן יישר כח פאר אלע לייקערס
כ'האב נאך קיינמאל נישט אויפגעטריבן אזוי פיל
כ'האב נאך קיינמאל נישט אויפגעטריבן אזוי פיל
Re: מיין פעטער, א ריזיגער בעל חוב, לעבט אין דינייעל -עני העלפ?
איך מיין אז אלע אזוי-גערופענע קאנסערוואטיוון, וועם ס'ברענט דער דעפיציט פראבלעם, זאלן זיך צואיילן צו קריטיקירן, ווייל -לשיטתם- גייט דאך טראמפ געווינען, און דאן וועלן זיי ממילא אייננעמען א מויל פול מיט וואסער און טאטעלי פארגעסן פון אזא זאך וואס הייסט נאציאנאלע חוב...
- איפכא מיסתבר
- שר האלף
- תגובות: 1917
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm
Re: מיין פעטער, א ריזיגער בעל חוב, לעבט אין דינייעל -עני העלפ?
מיינסט צו זאגן אז מ'זאל נידערן די באר פאר די נגידים אז זיי זאלן נישט דארפן צאלן 50% טעקס?
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
Re: מיין פעטער, א ריזיגער בעל חוב, לעבט אין דינייעל -עני העלפ?
ניין מען זאל שניידן אלע לופהולס וואס בלויז די רייכע באקומען. למשל פרא פובליקע האט ארויסגעלייגט אין 2021 אז ווארען באפפעט האט באצאלט אן עכטע טעקס רעיט פון א צענטל פון א פראצענט, דאס איז פול ווייניגער פון וואס די מיטל קלאס ארבייטער באצאלט.
Re: מיין פעטער, א ריזיגער בעל חוב, לעבט אין דינייעל -עני העלפ?
וועלכע לאנד וואוינט איר?
- גיי פארשטיי
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6801
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm
Re: מיין פעטער, א ריזיגער בעל חוב, לעבט אין דינייעל -עני העלפ?
שטייצעך מען קען אלעמאל זיך ארויפכאפן אויף א ריפארט פון איין ביליאנער אז ער צאהלט נישט קיין טעקס (שטיייצעך זיינער קאמפאניס צאהלן יא טעקס אבער פון דעם רעדט מען נישט).בבקשה האט געשריבן: ↑ מיטוואך אפריל 17, 2024 5:16 pmניין מען זאל שניידן אלע לופהולס וואס בלויז די רייכע באקומען. למשל פרא פובליקע האט ארויסגעלייגט אין 2021 אז ווארען באפפעט האט באצאלט אן עכטע טעקס רעיט פון א צענטל פון א פראצענט, דאס איז פול ווייניגער פון וואס די מיטל קלאס ארבייטער באצאלט.
די פשוט'ער שאילה איז פון וואו קומט אריין די סאליד רוב פון אמעריקאנער טעקס רעוועניו? פון מיליאנערן און ביליארנערן, אדער מענטשן וואס מאכן אונטער 400 אלפים א יאהר?
- צולייגער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4058
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
- לאקאציע:ערגעצוואו
Re: מיין פעטער, א ריזיגער בעל חוב, לעבט אין דינייעל -עני העלפ?
ניין מיין פריינט, איר האט א טעות. דער רייכער בעה"ב (למשל בעלמא לשבר את האוזן) וואס פארדינט נאר צוואנציג מאל אזוי סאך ווי איך א יאר, צאלט נאר בערך דריי מאל אזוי סאך טעקס ווי איך.גיי פארשטיי האט געשריבן: ↑ מיטוואך אפריל 17, 2024 10:39 pmשטייצעך מען קען אלעמאל זיך ארויפכאפן אויף א ריפארט פון איין ביליאנער אז ער צאהלט נישט קיין טעקס (שטיייצעך זיינער קאמפאניס צאהלן יא טעקס אבער פון דעם רעדט מען נישט).בבקשה האט געשריבן: ↑ מיטוואך אפריל 17, 2024 5:16 pmניין מען זאל שניידן אלע לופהולס וואס בלויז די רייכע באקומען. למשל פרא פובליקע האט ארויסגעלייגט אין 2021 אז ווארען באפפעט האט באצאלט אן עכטע טעקס רעיט פון א צענטל פון א פראצענט, דאס איז פול ווייניגער פון וואס די מיטל קלאס ארבייטער באצאלט.
די פשוט'ער שאילה איז פון וואו קומט אריין די סאליד רוב פון אמעריקאנער טעקס רעוועניו? פון מיליאנערן און ביליארנערן, אדער מענטשן וואס מאכן אונטער 400 אלפים א יאהר?
ער קויפט אפאר הייזקעס, פון יאר צוויי און ווייטער גייט אראפ פאר דעפרישיעישאן, ביז ער בלייבט באלד מיט א נעגאטיוו טעקס רעיט, ווען דעפרישיעישאן נוצט זיך אויס פארקויפט מען עס מיט א 1031 סוואפ און די געים שפילט זיך איבער.
טעקס לופהאולס זענען דא אסאך, רייט-אפפ'ס איז דא נאך מער, אבער עס איז נישט עוועיליבל פאר דעם פשוט'ן מיטל קלאס ארבייטער וועלכער האט נישט קיין גרויסע אינוועסטמענט און איז אראפגעפאלן פון אלע רעגירונגס פראגראמען, און טרעפט זיך מיט א דרייסיג אלפים + טערס בילל א יאר!!! וואס לייגט זיין נעט אינקאם ביי ווייניגער ווי זיין חבר וואס פארדינט האלב פון אים לעגאל, ווען די ריזיגע קאפיציטעטן וועלכע פארדינען מיליאנען צאלן אפטמאל בלויז די זעלבע, אדער ווייניגער, טעקס ווי אים.
געשטימט פאר ראשעק הול
Re: מיין פעטער, א ריזיגער בעל חוב, לעבט אין דינייעל -עני העלפ?
איך ווייס נישט ווער ס'איז אן 'אזוי גערופענע קאנסערוואטיוו' אבער מיר ברענט די נאציאנאלע חוב ווי אן אינגראו טאו נעיל און איך האלט אז ס'איז די גרעסטע סכנה פאר אמעריקע און די צונקופט,אדרת שער האט געשריבן: ↑ מיטוואך אפריל 17, 2024 10:46 amאיך מיין אז אלע אזוי-גערופענע קאנסערוואטיוון, וועם ס'ברענט דער דעפיציט פראבלעם, זאלן זיך צואיילן צו קריטיקירן, ווייל -לשיטתם- גייט דאך טראמפ געווינען, און דאן וועלן זיי ממילא אייננעמען א מויל פול מיט וואסער און טאטעלי פארגעסן פון אזא זאך וואס הייסט נאציאנאלע חוב...
(קריים גרעניץ און פריוועסי רעכטן זענען אויך ריזיגע פראבלעמען אבער דאס קען מען פאררעכטן און איין מינוט מאקסימום א יאר צוויי משא''כ די נאציאנאלע חוב אפולו רענד פאול וועט זיין פרעזידענט פון אמעריקע און האבן ביידע הייזער וועט נעמען הונדערט יאר זיך צי טרעפן ביי אן איווען בודשעט!!)
און יא דאס איז מיין גרעסטע פראבלעם מיט טראמפ ער קערט נישט וועגן די נאציאנאלע חוב ער קען אפולו נישט זאגן די ווערטער שניידן די בודשעט, אלס וואס ער קען שרייען איז אז 'אמעריקע וועט מאכן אזויפיל געלט (דורך דב''ד) אז זי וועט אנהייבן אפצאלן אירע חובות' א סטעיטמענט וואס איז חוץ פאלש אויך לעכערליך.
- גיי פארשטיי
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6801
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm
Re: מיין פעטער, א ריזיגער בעל חוב, לעבט אין דינייעל -עני העלפ?
איך האב געפרעגט א שאילה, סא די ווארט טעות קומט נישט אריין דא.צולייגער האט געשריבן: ↑ מיטוואך אפריל 17, 2024 10:51 pmניין מיין פריינט, איר האט א טעות. דער רייכער בעה"ב (למשל בעלמא לשבר את האוזן) וואס פארדינט נאר צוואנציג מאל אזוי סאך ווי איך א יאר, צאלט נאר בערך דריי מאל אזוי סאך טעקס ווי איך.גיי פארשטיי האט געשריבן: ↑ מיטוואך אפריל 17, 2024 10:39 pmשטייצעך מען קען אלעמאל זיך ארויפכאפן אויף א ריפארט פון איין ביליאנער אז ער צאהלט נישט קיין טעקס (שטיייצעך זיינער קאמפאניס צאהלן יא טעקס אבער פון דעם רעדט מען נישט).בבקשה האט געשריבן: ↑ מיטוואך אפריל 17, 2024 5:16 pmניין מען זאל שניידן אלע לופהולס וואס בלויז די רייכע באקומען. למשל פרא פובליקע האט ארויסגעלייגט אין 2021 אז ווארען באפפעט האט באצאלט אן עכטע טעקס רעיט פון א צענטל פון א פראצענט, דאס איז פול ווייניגער פון וואס די מיטל קלאס ארבייטער באצאלט.
די פשוט'ער שאילה איז פון וואו קומט אריין די סאליד רוב פון אמעריקאנער טעקס רעוועניו? פון מיליאנערן און ביליארנערן, אדער מענטשן וואס מאכן אונטער 400 אלפים א יאהר?
ער קויפט אפאר הייזקעס, פון יאר צוויי און ווייטער גייט אראפ פאר דעפרישיעישאן, ביז ער בלייבט באלד מיט א נעגאטיוו טעקס רעיט, ווען דעפרישיעישאן נוצט זיך אויס פארקויפט מען עס מיט א 1031 סוואפ און די געים שפילט זיך איבער.
טעקס לופהאולס זענען דא אסאך, רייט-אפפ'ס איז דא נאך מער, אבער עס איז נישט עוועיליבל פאר דעם פשוט'ן מיטל קלאס ארבייטער וועלכער האט נישט קיין גרויסע אינוועסטמענט און איז אראפגעפאלן פון אלע רעגירונגס פראגראמען, און טרעפט זיך מיט א דרייסיג אלפים + טערס בילל א יאר!!! וואס לייגט זיין נעט אינקאם ביי ווייניגער ווי זיין חבר וואס פארדינט האלב פון אים לעגאל, ווען די ריזיגע קאפיציטעטן וועלכע פארדינען מיליאנען צאלן אפטמאל בלויז די זעלבע, אדער ווייניגער, טעקס ווי אים.
און יא איך ווייס אז עס איז דא לאפאלס (אגב דיפרישיעשאן איז נאר דא ביי ריעל עסטעיט, און איז אויך נישט אזוי איזי וואו דו מאכסט עס)
אבער דא האסטו א טשארט פון די טעקס פאנדעישאן און אדרבא זאג דו מיר, ווער צאהלט אנקעל סעם'ס בילס?
- אותות ומופתים
- שר האלף
- תגובות: 1212
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm
Re: מיין פעטער, א ריזיגער בעל חוב, לעבט אין דינייעל -עני העלפ?
דער הונט ליגט באגראבן אין וואס עס איז יא אדער נישט אריינגערעכנט אין די AGI. דער ארימאן וואס לעבט אויף א W2 פעי טשעק צו פעי טשעק האט טאקע בלויז די אינקאם, דער עושר האט אבער מיליאנען צי ביליאנען אין אנדערע פארדינסטן וואס זענען נישט אריינגערעכנט אין דעם, סאו נעבעך טאקע ער צאלט א העכערע טעקס רעיט אויף זיין גראס אינקאם (קומט זיך אים קרעדיט פאר דעם אויך, אסאך ביליאנערן ווי זשעף בעזאס און אנדערע געימען דעם סיסטעם אזוי שטארק זיי זאלן ממש גארנישט דארפן צאלן), אבער אויף זיינע עכטע פארדינסטן צאלט ער 2 מאל גארנישט.
איך האב ניטאמאל געוואוסט עד היכן הדברים מגיעים. דיפרישיעישאן אויף ריעל עסטעיט? די איינציגסטע זאך וואס ווערט העכער און העכער מיט יעדן פארבייגייענדיגן טאג? (אמת אז די הייזער אליין ווערן פארעלטערט און ברויכן מער מעינטענעס, אבער דאס דארף ווערן פארגליכן מיט די (עכטע) שטייגונג אין ווערט פון די פראפערטי).
איך האב ניטאמאל געוואוסט עד היכן הדברים מגיעים. דיפרישיעישאן אויף ריעל עסטעיט? די איינציגסטע זאך וואס ווערט העכער און העכער מיט יעדן פארבייגייענדיגן טאג? (אמת אז די הייזער אליין ווערן פארעלטערט און ברויכן מער מעינטענעס, אבער דאס דארף ווערן פארגליכן מיט די (עכטע) שטייגונג אין ווערט פון די פראפערטי).
- אותות ומופתים
- שר האלף
- תגובות: 1212
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm
Re: מיין פעטער, א ריזיגער בעל חוב, לעבט אין דינייעל -עני העלפ?
אין אנדערע נייעס וואס שפירט זיך ווי פון א פאראלעל אוניווערס אבער קומט אייגענטליך פון אונזער שכן קאנאדא, האבן די אויטאריטעטן געמאלדן אז די שטייערן אויף קעפיטאל געינס פון די עשירים און פארמעגליכע וועלן פילפאכיג געהעכערט ווערן בכדי צו קענען פינאנצירן צוגענגליכע האוזינג פאר די יונגערע גענעראציעס וועלכע קענען זיך נישט דערשלאגן צו א דירה צוליב די הויכע האוזינג קאסטן.
(דאס איז אגב וואס אמעריקע האט געטאן אין די פופציגער יארן, טעקס איז נאך געווען גאר הויך פון די מלחמה יארן און די רעגירונג האט בעיסיקלי סובסידירט דאס אויפבויען פון די סובורבס, ערמעגליכנדיג דעם מושג פון די 'מיטל קלאס'. פארשטייט זיך אז אין די עקזיסטירנדע אפסייד - דאון מציאות וואס מיר לעבן היינט מיט אין אמעריקע איז אזא סארט לעזונג א בחינה פון על מנת שתעלי לרקיע).
(דאס איז אגב וואס אמעריקע האט געטאן אין די פופציגער יארן, טעקס איז נאך געווען גאר הויך פון די מלחמה יארן און די רעגירונג האט בעיסיקלי סובסידירט דאס אויפבויען פון די סובורבס, ערמעגליכנדיג דעם מושג פון די 'מיטל קלאס'. פארשטייט זיך אז אין די עקזיסטירנדע אפסייד - דאון מציאות וואס מיר לעבן היינט מיט אין אמעריקע איז אזא סארט לעזונג א בחינה פון על מנת שתעלי לרקיע).
Re: מיין פעטער, א ריזיגער בעל חוב, לעבט אין דינייעל -עני העלפ?
איך בין נישט באקאנט מיט די לאפהאלס אבער פאר דער וואס ווילן אז די ראכע זאלן אלעס אויסצאלן וויל איך פרעגן אויב א ביזנעס באצאלט מער טעקס וועט ער נישט מיזן
העכערן די פרייזן? אויב יא איז עס א טעקס אויך אויף די ראכע 100%.
אויב אזוי איז נישט בעסער צו מאכן אפציעל א פלעט ריעט אז די זאלסט כאטש וויסן וויפיל די צאלסט?
#ווייז די פרייז
העכערן די פרייזן? אויב יא איז עס א טעקס אויך אויף די ראכע 100%.
אויב אזוי איז נישט בעסער צו מאכן אפציעל א פלעט ריעט אז די זאלסט כאטש וויסן וויפיל די צאלסט?
#ווייז די פרייז
THE BEST THING THE GOVERNMENT CAN DO TO THE ECONOMY IS NOTHING