קלינען קאמפיוטער

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

זשוליאנע
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:00 pm

קלינען קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זשוליאנע »

איך האב אסאך אלטע פיילס און די עפפ דאטא, זיי זענען שיריים פון עפפס וואס איך פלעג נוצן. יעצט וויל איך זיי אויסמעקן, ווייל עס איז א שאד פאר אזויפיל פלאץ וואס זיי נעמען אויף. ווייס איך אבער נישט וועלכע איך קען אויסמעקן און וועלכע נישט. איינער האט מיר אפשר אן עצה?

יישר כח
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: קלינען קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

זשוליאנע האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 9:29 pm
איך האב אסאך אלטע פיילס און די עפפ דאטא, זיי זענען שיריים פון עפפס וואס איך פלעג נוצן. יעצט וויל איך זיי אויסמעקן, ווייל עס איז א שאד פאר אזויפיל פלאץ וואס זיי נעמען אויף. ווייס איך אבער נישט וועלכע איך קען אויסמעקן און וועלכע נישט. איינער האט מיר אפשר אן עצה?

יישר כח
דער קורצער ענטפער איז אז עס איז נישט דא קיין עצה צו וויסן וואס צו מעקן.

וואס יא? האסטו צוויי אפציעס צו טון:
  • קענסט אראפקאפיען אלע דיינע יוזער פיילס צו א דרויסענדע דרייוו און מאכן א פולער ריסעט/ריאינסטאל פון ווינדאוס (און דאן די פראגראמען וואס דו דארפסט)
  • אויב דיין סטארידזש-דרייוו איז פשוט צו פול (אנדערש וואס גייט דיר אזוי אן אז די אלטע זאכן ליגן דארט?) טויש אויף צו א גרעסערע דרייוו
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
יאנקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 26, 2021 12:14 pm

Re: קלינען קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקאוויטש »

אויב איז די פלאץ וואס ס׳נעמט אויף דיין אישו, איז דא נאך א שטיקל עצה.
דאנלאוד אזא פראגרעם ווי CCleaner און קוק וואס נעמט אויף די מערסטע פלאץ.
אוועטאר
כרוספדין
שר האלפיים
תגובות: 2463
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:56 pm
לאקאציע:רבותינו שהיו מסובין בבני ברק

Re: קלינען קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרוספדין »

צ/ק איך האב געפענט א אלטע לעפטאפ - זייער לאנג נישט גענוצט - קומט ארויף אז די לעפטאפט איז פארוויירוסט, וואס איז די ערשטע זאך צו טוהן?
- שיח שרפי קודש -
סיפורי צדיקים ממקורות נאמנים דערציילט דורך
הגה"צ ראש ישיבת מהרי"ט בני ברק שליט"א (הגרח"צ מייזליש)
viewtopic.php?p=5053598#p5053598
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: קלינען קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

כרוספדין האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 12:49 am
צ/ק איך האב געפענט א אלטע לעפטאפ - זייער לאנג נישט גענוצט - קומט ארויף אז די לעפטאפט איז פארוויירוסט, וואס איז די ערשטע זאך צו טוהן?
די ערשטע זאך איז צו געבן דעטאלן...

וואס פונקטליך קומט ארויף און פון וועמען (סקרינשאטס בעפארציגט)?
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
שרייב תגובה

צוריק צו “קאמפיוטערס”