ביי די קומענדיגע צעטלעך זענען נעמען פון פארשידענע תלמידים און פאזיציעס וואס זיי האבן געהאט אין ישיבה
אינטרסאנט, זיכענדיג פארשידענע זאכן בין איך אנגעקומען צו די זעלבע מקור פון די ספר הזיכרון. ווער עס קען די אויסטערלישע חתומה פון די צעהלימער רב זצ"ל קען זעהן אויף בלאט 135 די התחלה פון די סארט חתימה פון לוי יצחק גרינוואלד . אויף בלאט 91 איז דארט אויך דא א חתומה פון...ה'ק...... גרינוואלד בן הרה'צ מוהר'מ זצללה'ה 'הכ'מ' אויך מיט דא סארט געדאנק פון די חתומה . נישט קלאר גענוי צו דאס איז אויך די צעהלימער רב אדער די זוהן משה ? ווער האט געשריבן די הערליכע מאלערייען , די בחורים זעלבסט?
איך האב עס געטראפן בדרך אגב אויף יענעם וועבסייט וואס בעצם איז עס א גאלדגרוב און איך האב שוין געטראפן ממש אוצרות פון א היסטארישן שטאנדפונקט און המנהג שלי אז ווען איך טרעף עפעס וואס לדעתי אז עס איז אינטערסאנט פארן עולם וועל איל אהערשטען אפאר בלעטער
איך האב געטראפן דארט: רעפארטס פון קהילות משנת תש"ד נאך וואס די דייטשן האבן איינגענומען חברה קדישא בוך פון יאנאשהאז (מיין באבע קוט פון דארט) וואס איז א גאר ווערטפולער ארטיקל פאר היסטאריע פון א שטאט די תלמידי ערוגת הבושם א סענסוס פון קארפאטן רוס פון הונדערטע שטעטלעך פון שנת תרפ"א. איך האב געטראפן אין מונקאטש משפחת החקל יצחק יעדעם איינעם אלע קינדער וורסהאבן דארטן געוואוינט ובתוכם די עלטערן פון ר' הערשעלע ספנקער זי"ע (ער אליינס איז נאכנישט געווען געבוירן דעמאלטס) און אויך פון האדמו"ר ר' יעקב יוסף מבני ברק ושלחתי העתקה לידידי ממשפחת האדמורי"ם לבית ספינקא אויך האב איך עס געשיקט צו איינעם העוסק בתולדות משפחת המנחת אלעזר ודרכי תשובה און ער האט אויך געטראפן ווערטפולע אינפארמאציע אויך איז דאדארטן טעקס רעקארדס פון שטעטלעך משנות תק"כ/תק"ל וכדומה ועוד ועוד איך רעד שוין נישט פון צייטונגען אויף אונגאריש נייעסלעך לדוגמא און פארשידענע געגנטער ווי א יעדע געבורט/חתונה/טויט איז געווען באשריבן מיט אן עמטליכער ליסט פון די רעגירונג און שידוך שליסונגען