ווען איינער גייט צו א בית החיים למשל אין מאנסי צו וועם גייט מען קודם לויט די עלטער. ווער סאיז קודם אוועק. אדער וועמענס ציון מען באגעגענט קודם? ביומא דהילולא דארף מען קודם גיין וועמענס יארצייט סאיז דעמאלס אדער נישט?
ווען די צמח צדיק (ווישניץ) איז געווען און עיר הקדוש מעשבוז איז ער אריבער די אפטע רב און געגאנגען גלייך צום בעל שם טוב און געזאגט אפטע רב ס'איז דא עלטער פון אייך
געהערט אמאהל בשם די ריבניצ’ע רבי זי”ע דריי זאכן וואס ער האט מקבל געווען פון זיין גרויסן רבי’ן דער הייליגער שטעפינעפטער וואס מ’דארף וויסן ווען מ’גייט צו א ציון פון א צדיק, אויב געדענק איך גוט איז איינס פון די דריי מ’זאל נישט גיין צו מער ווי איין צדיק, ווי אויך נישט בעטן מער ווי איין פרטיות’דיגע בקשה, די דריטע דענק איך נישט.
קאן זיין איך בין זיך טועה. אדרבה אויב איינער קען אויסבעסערן
עפעס האב איך געהערט פינקלעך געדענק איך נישט אז די נועם אליעזר האט געשיקט קיין סיגעט האט ער געזאגט מען זאל די מערסטע איינרייסען ביי די עצי חיים וועגען ער איז די נענסטע צו אונזער דור פארשטייט ער די מערסטע אונזער צרות ונסיונות
ראיתי לאדם גדול שהלך קודם להרבי מויזשניץ ואח"כ להרביים מסקולען ואח"כ להרבי מריבניץ והבנתי ממנו, שהוא לפי ההתקשרות שהיה לו עם הצדיקים (כלומר את הרבי מריבניץ בקושי ראה, עם אדמור"י סקולען היה מקושר, ובויזשניץ עוד יותר מקושר).
להנציח זכרונם של צדיקים פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דאhttp://www.yuhrzeit.com
בפשיטות האט געשריבן:
געהערט אמאהל בשם די ריבניצ’ע רבי זי”ע דריי זאכן וואס ער האט מקבל געווען פון זיין גרויסן רבי’ן דער הייליגער שטעפינעפטער וואס מ’דארף וויסן ווען מ’גייט צו א ציון פון א צדיק, אויב געדענק איך גוט איז איינס פון די דריי מ’זאל נישט גיין צו מער ווי איין צדיק, ווי אויך נישט בעטן מער ווי איין פרטיות’דיגע בקשה, די דריטע דענק איך נישט.
קאן זיין איך בין זיך טועה. אדרבה אויב איינער קען אויסבעסערן
די דריטע איז קומען דירעקט צום צדיק, נישט אז מ'איז ממיילא אין געגענט,
גראדע האב איך געהערט בשם ר' משה לייב רוטנער אז די זאך פון גיין נאר צו איין צדיק איז לאו דווקא, די מכוון איז אז מען זאל גלייבן אז מ'האט געפועלט.
ווען איך בין געווען אויף א נסיעה, האט די פירער געזאגט אז מען גייט צום צדיק וואס איז לעצטע אוועק ווייל ער האט (נאך) די מערסטע קשר מיט אונז. איך ווייס נישט קיין מקור דערויף.
ווען איך בין געווען אויף א נסיעה, האט די פירער געזאגט אז מען גייט צום צדיק וואס איז לעצטע אוועק ווייל ער האט (נאך) די מערסטע קשר מיט אונז. איך ווייס נישט קיין מקור דערויף.
אמאל געשטאנען אין זקיניך (שש"ט) בשם ר' חיים הערש אפעל נ"י אז דער סקולענער רבי' זי"ע האט אים פארציילט אז ער איז אמאל געווען אין סיגעט און זיין פאטער בעל נועם אליעזר זי"ע האט אים געזאגט אז ער זאל גיין קודם צום עצי חיים ווייל ער איז דער לעצטער און ער האט דאס מערסטע קשר מיט אונז

אינטערעסאנט, די מעשה געדענק איך איז געווארן דערציילט ביים נסיעה טאקע אין סיגעט. לכאורה האט ער עס נאכגעזאגט פונעם סקולענער רבי.
ראיתי לאדם גדול שהלך קודם להרבי מויזשניץ ואח"כ להרביים מסקולען ואח"כ להרבי מריבניץ והבנתי ממנו, שהוא לפי ההתקשרות שהיה לו עם הצדיקים (כלומר את הרבי מריבניץ בקושי ראה, עם אדמור"י סקולען היה מקושר, ובויזשניץ עוד יותר מקושר).
מעגליך וויבאלד די ביה"ח באלאנגט פאר וויזשניץ, קומט קודם צו גיין צום מרא דאתרא, און דערנאך צו די אנדערע וואס ליגן דארטן.
איך פיר מיר ווען איך גיי קיין מאנסי צו ערשט גיין ארויף די בארג צו די צדיקי בית סקולען, דארט נעם איך א תהלים וואס איז נתנדב געווארן פאר די ריבניצע ציון (סאיז אייביג דא אפאר פון יודן וואס גייען קודם צום ריבניצער און דערנאך ארויף) איך זאג תהלים, דערנאך מיט די תהלים אין די האנט גיי איך צום הייליגען וויזניצע ציון ווי איז זאג ווייטער תהלים, פון דארט גיי איך צו ריבניץ ווי איך לאז איבער די תהלים נאכען זיך אויסבעטן אלעס גוטס
האדמור מאמשינוב שליט"א ווען ער גייט צום ציון פון זיין זיידע הרה"ק ר' שמעון מאמשינוב זי"ע ביום היארצייט, גייט ער קודם צום ציון פון זיידן און דערנאך על סדר קבורתם פון אלע תלמידי בעל שם אויפן ארט.