Re: וואס באדייט די ווארט?
די וואך שמועסנדיג מיט איינעם וועגן די די מצב אין מיטל מזרח, מ'האט גערעדט פון דעם וואס איין זייט "מגשם" פארשידענע מושגים פון תורה אין אידישקייט, זיי נוצן פאלשערהייט פסוקי תנ"ך און אנדערע געדאנקען ווען זיי ווילן.
מצד שני, ווען מ'רעדט פון איסלאם, רעדט פון זייער שמייליגע ערטער ווי זיי פרעפלען, זייער פאלשע אמונה אין מוחמד און דאס גאנצע ווירטשאפט זײערע.
פיין, דאס ווייסט יעדער, נישט דאס פלאץ אהער.
אין די שמועס אבער, ווען איינער האט אראפ געלייגט פארשידענע התנהגות'ער פון איסלאם וואס איז דומה צו אידן להבדיל (לאפוקי די לינקע פרייע צעלאזטע מערב וועלט), יענער האט עס אראפגעלייגט קאלט און טריקן, ער האט נישט געזאגט פרעפלען לדוגמא. האב איך מיך אנגערופן אז ער זאל אפבאכט געבן וויאזוי ער רעדט, למעשה רעדט מען דא פון שפלים ונבזים רוצחים ורשעים און מ'דארף אפאכט געבן נישט "מרחן" זײערע מעשים.
אז וואס? מרחן זיין?
יע, גוט געהערט, דאס האב איך געזאגט, מרחן זיין, פארקערט פון מגשם זיין.
נישטא אזא ווארט, פראקטיש. דו מאכסט אויף נייע ווערטער.
האט זיך אנגעהויבן אהין און צוריק אויף אזוי ווייט, אז כאמאס האט הנאה געהאט אז מ'האט פארגעסן פון זיי, פונקט ווי רוסלאנד האט הנאה געהאט פון כאמאס...
די שמועס איז פארקירעוועט געווארן צו מגשם זיין און מרחן זיין, מ'האט נישט געקענט דאס אוועקפירן.
איצט צום ציבור החשוב דא, איז דאס ווארט אויסגעהאלטן? ס'שטימט לויט די כללים? מקורו מקדושה, אדער גאר ווערט דאס עצם ווארט רוחניות צו שטארק מגושם ווען מ'נוצט דאס ווארט מרחן זיין?
אויב איז דאס אלעס גוט נאר ס'פלעין נישט באנוצט, קען מען אפשר דא אנהייבן?
א פלאץ וואס האט מרחן געווען במידה מה די טרייפענע אינטערנעט אז היימישע אידן זאלן זיך טרעפן א מקום מקלט אינעם רוישיגן געוועב, וואלט נישט געווען ריכטיג אז אונז הייבן עס מער און מער צו נוצן?