דער מענעדזשערהאט געשריבן:↑מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 8:53 am
אנגעשאשקעטערהאט געשריבן:↑מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 8:30 am
למעשה די בעסטע וועג צו שטופן צייט איז מיט ספרי שו”ת (איך פערזענליך גלייך זייער מנחת יצחק)
זייער ריכטיג... איך זעה עס ביי מיר... ווען איך באמפ אריין און ר' ישראל דוד הארפענעס ספרים קען איך בלייבן סטאק אן שפירן ווי די זייגער פליעט... שדה חמד איז גאר א געשמאקע צייט פארטרייבער ער האט אלע אינטערעסאנטע שאלות...
אפענע וועלטהאט געשריבן:↑מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 6:58 am
neverהאט געשריבן:↑מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 6:42 am
די שאלה איז אביסל אנדערש, אין מער קאמפלעצירט.
-אויב ביי די פיפצן יאר, ווען ער איז קוים געבוירן געווארן, ממש זיין שכל איז נאך פיצי 'שעבעפיצי, ער האט נאך גאנצע הינדערט אין פינעף יאר צי לעבן בעזר ה', געזינטערהייט-אמן, דאס אז ביי אזא יונגע עלטער וועט מען אים נאכגעבן מיט א שטארקע גשמיות'דיגקייט, וועט עס אים נישט אפעקטן אויף די ווייטערדיגע שפעטערדיגע יארן? איבערהויפט די עלטערע בחורישע יארן!?!
שכל איז פיצי אבער נפש און גוף איז גרויס. מ'ברויך אנפילן דעם נפש ער זאל זיך נישט זיכן גליקן ביי די אנדערע זייט. אנפילן די צייט איז די וויכטיגסטע. מ'ברויך פרובירן ערשט מיט תורה. און דערנאך מיט אנדערע זאכן. ב.ד.וו. תורה קען זיין גאר אינטערסאנטע מקצועות וואס געווענדליל קומט מען אפילו נישט אן צו לערנען אין די סיסטעם. ווי למשל. היסטאריע פון תנאים. ראשונים. גירושים אין די ד אלפים יארן. ה אלפים יארן. דרוקעריי פון אידישע ספרים. כתבי ידות און אלטע דרוקען. ביבליאטעקן אנגעפילט מיט אידישע ספרים. טייפן כתבי ידות. מסעות ע"י היסטאריקערס בימי הראשונים. כפתור ופרח מסעות בנימין קול מבשר גזירת ה"א קנ גירוש שפאניע יוסף יעב"ץ גזירת תח ותט גזירת גונטא ספרי שאלות ותשובות וואס זענען איבער שאלות נאך די גזירות איבער פריש אויפגעקומענע שאלןת. ספרי חידוד על הש"ס ספרי אגדה על עין יעקב ספרי פירוש על הגדה של פסח ספרי פירוש על פיוטים וההיסטורי שלהם ושל פייטנים לכל דורותיהם בנין בית המקדש ראשון שני שלישי מסכת מדות עם ציורים שלטי הגבורים אבני חושן שירת הלויים בבית המקדש כלי שיר כלי שרת כלים שנשתמשו בו בימים הקדמונים הנזכר במשנה מלחמת המלכים קידוש החודש. רמבם ומפרשיו. עד ספרי האחרונים. הקדמת תפארת ישראל אויף משניות, יעדע סדר באזינדער.
א גרויס חלק פון דער פראבלעם איז אז די איינגעשטעלטע וואס דארפן אנפילן דעם בחור'ס צייט ווייסן נישט פון די אלע זאכן. זיי זענען זייער גוט פאר זייער תפקיד צו לערנען גפ"ת עם מפרשים אבער האבן נישט די נאליזדש אין די אנדערע מקצועות.
אינזער תורה האט די שענסטע זאכן צו פארקויפן. מ'דארף נאר וויסן ווי ס'ליגט.